Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די טאָפּלטע ראָלע פֿון ווירוסן שטאַמט נאָך פֿון די דינאָזאַווערסThe double role of viruses probably began with the dinosaurs

צי זענען מיר ווײַטע קרובֿים פֿון כּמו־לעבעדיקע באַשעפֿענישן, וואָס זענען איצט געוואָרן אונדזערע שׂונאים?

אַ גרופּע פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון ניו־מעקסיקאָ האָט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן, אַז מיט 150 מיליאָן יאָר צוריק האָבן די דינאָזאַווערס געליטן פֿון אָטעם־אינפֿעקציעס.

די מאַנשאַפֿט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי פּאַלעאָנטאָלאָגן און צוויי וועטערינאַרן, האָבן אַנאַליזירט די ביינער פֿון אַ יונגן דיפּלאָדאָציד – אַ גראָז־עסנדיקן דינאָזאַווער מיטן אַ לאַנגן האַלדז – און באַשטעטיקט, אַז ער האָט געליטן פֿון עפּעס, וואָס דערמאָנט אין די סימפּטאָמען פֿון דער מענטשלעכער לונגען־אָנצינדונג; די קרענק האָט איבערגעלאָזט שפּורן אויף זײַן סקעלעט. די ריזיקע חיה האָט, ווײַזט אויס, שטאַרק געהוסט, געהאַט היץ, קוים געקענט אָטעמען און, מעגלעך, אומגעקומען צוליב דעם.

די וויסנשאַפֿטלער זענען זיך משער, אַז די סיבה פֿון דער אינפֿעקציע האָט געקאָנט זײַן מיקראָסקאָפּישע שימל־שוועמלעך; די הײַנטיקע פֿייגל און רעפּטיליעס לײַדן אָפֿט פֿון אַזאַ מחלה, וואָס הייסט אַספּערגילאָז. בײַ מענטשן איז עס אַ זעלנטקייט. פֿייגל זענען דער איינציקער טיפּ דינאָזאַווערס, וואָס לעבן נאָך אַלץ אויף דער ערד; מע איז זיך משער, אַז זייערע אוראַלטע ריזיקע קרובֿים זענען אין אַ ריי אַספּעקטן געווען ביאָלאָגיש ענלעך.

זיכער האָבן פֿאָרהיסטאָרישע באַשעפֿענישן אויך געליטן פֿון ווירוסן. ס׳איז אוממעגלעך צו וויסן גענוי, פֿון וואָס ס׳האָט דער דאָזיקער דינאָזאַווער אויך געליטן דערפֿון.

דער ברייטער עולם אַסאָציִיִרט ווירוסן מיט קראַנקייטן; אין דער אמתן, זענען בלויז אַ טייל פֿון זיי שעדלעך פֿאַר וועלכע־ניט־איז באַשעפֿענישן, און בלויז אַ פּיצל־קליינער מיעוט – פֿאַר די מענטשן. אין 2020 האָט National Geographic פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן חשבון, לויט וועלכן די צאָל פֿאַרשיידענע ווירוסן אויף אונדזער פּלאַנעט איז מיליאָנען מאָל גרעסער, ווי די צאָל שטערן אינעם גאַנצן אוניווערס. יעדער אָטעם פֿון דער אַרומיקער לופֿט, יעדער שלונג וואַסער און שטיקל שפּײַז איז פֿול מיט אומצאָליקע ווירוסן מכּל־המינים. על־פּי־רובֿ קאָנען זיי זיך מערן נאָר אין באַקטעריעס און אַנדערע מיקראָ־אָרגאַניזמען. פֿון די, וואָס פּאַראַזיטירן אינעם מענטשלעכן גוף, זענען זיי אָפֿט נישט גורם קיין נעגאַטיוון עפֿעקט.

אַזוי ווי געוויסע באַקטעריעס, וואָס באַזעצן דעם מענטשנלעכן מאָגן און זענען נייטיק פֿאַר דער שפּײַז־פֿאַרדײונג, זענען אַ טייל שטענדיקע ווירוסן אין אונדזער אָרגאַניזם דווקא נוצלעך: זיי העלפֿן למשל פּטור ווערן פֿון שעדלעכע מיקראָבן. אַדרבה, די באַקטעריאָפֿאַגן – ווירוסן, וואָס אַטאַקירן באַקטעריעס – קאָנען צו מאָל דינען ווי גאָר עפֿעקטיווע רפֿואות. אַ טייל אַנדערע נייטראַלע ווירוסן דינען אויך ווי נאַטירלעכע וואַקצינען; זיי דערלאָזן נישט די שעדלעכע קאָנקורענטן פֿאַרנעמען זייער אָרט.

ווירוסן פֿאַרנעמען אַ צווישן־אָרט צווישן דער אומבאַלעבטער מאַטעריע און פֿאָרעמס פֿון לעבן. זיי קאָנען זיך מערן בלויז אין מיטן די צעלן פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, אויסנוצנדיק זייער אינערלעכע גענעטישע סיסטעם. זײַענדיק אַ מין ביאָלאָגישע מאַשין, זענען זיי טאַקע ענלעך צו די קאָמפּיוטער־ווירוסן, וואָס קאָנען עקזיסטירן נאָר אין קאָמפּיוטערס. פֿון דער צווייטער זײַט, אַדאַפּטירן זיי זיך צו נײַע באַדינגונגען. עס טרעפֿן זיך אַפֿילו אַזעלכע מאָדנע דערשײַנונגען, ווי ווירוסאָיִדן: „מיט־ווירוסן‟, וואָס באַגלייטן עכטע ווירוסן און נוצט אויס זייערע קאָפּירונג־מעכאַניזמען.

ס׳איז פֿאַראַן אַ טעאָריע, לויט וועלכער דאָס לעבן אויף דער ערד האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿון עפּעס ענלעכס צו די הײַנטיקע ווירוסן. די אַזוי־גערופֿענע וויראָיִדן, וואָס פּאַראַזיטירן אויף געוויקסן, שטעלן מיט זיך פֿאָר שטיקלעך RNA – ריבאָנוקלעיִן־זײַערס, וואָס טראָגט אין זיך איר אייגענע גענעטישע אינפֿאָרמאַציע. דער ווירוס פֿונעם מענטשלעכן העפּאַטיט B אַנטהאַלטן אין זיך צו מאָל אַן ענלעכן באַגלייטער, וואָס רופֿט אויס דעם געפֿערלעכן העפּאַטיט D.

די ווירוסאָיִדן זענען אַזוי פּרימיטיוו, אַז מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן אַ וועלט, וווּ עפּעס ענלעכס האָט עקזיסטירט אומאָפּהענגיק און האָט זיך פֿאַרוואַנדלט, במשך פֿונעם עוואָלוציע־פּראָצעס, אין עכטע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם יענע־אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון פֿרידריך שילער (דײַטשלאַנד), האָט אַנטדעקט אַ כעמישן פּראָצעס, וואָס קאָן שאַפֿן די נייטיקע בלאָקן אינעם קאָסמאָס, וואָס דינען ווי די בראשיתדיקע „ציגל‟ פֿון אַזאַ פּראָטאָ־לעבן. די כעמיקער האָבן פּראַקטיש געוויזן, אַז אינעם טיפֿן קאָסמישן וואַקוּוּם, אונטער דער קאַלטער טעמפּעראַטור פֿון בלויז עטלעכע גראַד איבערן אַבסאָלוטן נול, קאָנען זיך סינטעזירן די פּעפּטידן – קאָמפּליצירטע קייטן פֿון אַמינאָ־זײַערסן.

אַן אַנדער אַנומלטיקע אַנטדעקונג פֿונעם פֿאָרש־אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון סקריפּס (קאַליפֿאָרניע) האָט געוויזן, אַז דאָס לעבן האָט געקאָנט זיך אַנטוויקלען אויף דער פֿריִיִקער ערד און, טעאָרעטיש, אויף אַנדערע פּלאַנעטן, מיט דער הילף פֿונעם וואַסערשטאָף־ציאַניד. דער דאָזיקער גאַז איז טויעריק באַרימט ווי דער סם, וואָס די נאַציס האָבן אויסגענוצט אין די גאַזקאַמערן, ווײַל פֿאַר די מענטשן און חיות איז ער אומבאַדינגט טייטלעך. אין דער וועלט פֿון פּרימיטיווע וויסורן און באַקטעריעס האָט ער אָבער געקאָנט זײַן זייער עיקר־שפּײַז.

אין איינעם פֿון מײַנע וויסנשאַפֿטלעך־געשטימטע פּרשה־אַרטיקלען האָב איך פֿאָרגעשטעלט אַ (פּירוש אויף דער מעשׂה־בראשית)(https://yiddish.forward.com/articles/211913/%D7%91%D7%A8%D7%90%D7%A9%D7%99%D7%AA-%D7%90%D6%B7-%D7%95%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A0%D7%A9%D7%90%D6%B7%D7%A4%D6%BF%D7%98%D7%9C%D7%A2%D7%9B%D7%A2/index.html), לויט וועלכן די ערשטע שפּראָצן לעבן זענען צו ערשט אויפֿגעקומען ערגעץ ווײַט אינעם קאָסמאָס, און זענען דערנאָך פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן אויף אונדזער ערד. אין דער תּורה שטייט דאָך געשריבן, אַז די געוויקסן זענען באַשאַפֿן געוואָרן פֿאַר דער זון און לבֿנה – און ממילא פֿאַר דער גאַנצער זונסיסטעם.

אַזאַ היפּאָטעז, וואָס הייסט פּאַנספּערמיע, איז נישט פּאָפּולער בײַ די וויסנשאַפֿטלער, אָבער אָנגענומען ווי אַ שׂכלדיקע און טעאָרעטיש מעגלעכע. די אַנומלטיקע אַנטדעקונגען ברענגען נײַע ראַיות, אַז נייטיקע עלעמענטן פֿונעם לעבן קאָנען זיך פֿאָרמירן גלײַך אינעם קאָסמאָסישן רוים. מעגלעך, זענען זיי פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן ווי ווירוסן אויפֿן פּלאַנעט – דעמאָלט, מעגלעך, פֿול מיט ציאַניד. עס קלינגט אַ ביסל פֿאַנטאַסטיש, אָבער ס׳איז מעגלעך, אַז אונדזערע הײַנטיקע שׂונאים, די ווירוסן, זענען אונדזערע גאָר ווײַטע קרובֿים פֿון מיליאַרדן יאָר צוריק.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.