Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די משפּחה אַדלער — אַ דינאַסטיע פֿונעם ייִדישן טעאַטערThe Adlers – a dynasty of the Yiddish theater

דעם אַרטיקל דרוקן מיר הײַנט לכּבֿוד דעם געבוירן־טאָג פֿון דער באַרימטער טעאַטער־טרענירערין סטעלאַ אַדלער

דער 10טער פֿעברואַר איז דער געבוירן־טאָג פֿון דער באַרימטער אַקטריסע און טעאַטער־טרענירערין סטעלאַ אַדלער (1901־1992). ווי אַ טעאַטער־פּעדאַגאָגין און גרינדערין פֿון אַן אייגענער טעאַטער־שיטה האָט זי אויסגעשולט אַ צאָל באַרימטע אַמעעריקאַנער אַטקיאָרן, אַרײַנגערעכנט מאַרלאָן בראַנדאָ און ראָבערט דע נעראָ.

דערפֿאַר איז הײַנט אַ גאָלדענע געלעגנהייט זיך צו דערוויסן אַ ביסל וועגן איר אָנגעזעענער משפּחה, וואָס האָט אַזוי פֿיל בײַגעטראָגן צום ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע.

דער אַרטיקל איז לכתּחילה דערשינען אינעם פֿאָרווערטס דעם 16טן פֿעברואַר 2007 (רעד׳)


מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אין אַמעריקע אַן אינטענסיוו ייִדיש קולטור־לעבן — ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער.

די משפּחה אַדלער זענען געווען די בויער און גרונטלייגער פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט אין אַמעריקע און באַזונדערס, אין ניו־יאָרק, שוין עקזיסטירט אַ גרויסע צאָל טעאַטער־אַנסאַמבלען פֿון פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער. קיין ערנסטער, קינסטלערישער טעאַטער איז נאָך דעמאָלט אין אַמעריקע נישט געווען. עס זענען נאָך נישט געווען קיין אַקטיאָרן, וועלכע זאָלן קאָנען שאַפֿן און בויען אַזאַ מין טעאַטער.

אמת, אין אַמעריקע האָבן שוין דעמאָלט געלעבט אַזעלכע אָנגעזעענע שרײַבער ווי באָריס טאָמאַשעווסקי; שפּעטער — יעקבֿ גאָרדין, לעאָן קאָברין און אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. עס איז נאָך נישט געקומען די צײַט אויפֿצושטעלן אַן אמתדיק טעאַטער מיט אַלע קאָמפּאָנענטן, וואָס אַ טעאַטער דאַרף פֿאַרמאָגן — אַ דראַמאַטורגיע, פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, אַ בנין… איז געקומען יעקבֿ (דזשייקאָב) אַדלער און ער איז פֿאַקטיש געווען פֿון די פּיאָנערן פֿון ייִדישן קינסטלערישן טעאַטער אין אַמעריקע.

אין 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך אויף דער ייִדישער טעאַטער־אַרענע אין אַמעריקע באַוויזן אַזעלכע אַקטיאָרן ווי מאָריס שוואַרץ, י. בן־עמי, יוסף בולאָוו, זיגמונט מאָגולעסקאָ און אַנדערע גרויסע בינע־קינסטלער.

יעקבֿ אַדלער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1855. ער איז געווען דער פֿאָטער פֿון דער באַרימטער משפּחה אַדלער. אַדלער ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע אַקטיאָרן אין אַמעריקע. אָנגעקומען קיין אַמעריקע ווי אַ יונגער בחור, האָט ער געפּרוּווט זיך אײַנאָרדענען בײַ פֿאַרשיידענע אַרבעטן.

אין יאָר 1877, בעת גאַסטראָלן פֿון דער גאָלדפֿאַדען־טרופּע אין אָדעס, איז ער פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין דעם אַנסאַמבל ווי אַן אַמאַטאָר. עס האָט לאַנג נישט געדויערט און יעקבֿ אַדלער איז נאָך אין אָדעס געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שוישפּילער. ער האָט געשפּילט ייִדיש טעאַטער אין תּחום־המושבֿ. ווען די צאַרישע מאַכט האָט פֿאַרבאָטן צו שפּילן ייִדיש טעאַטער און קיין „דײַטשמעריש“ טעאַטער האָט ער נישט געוואָלט שפּילן, פֿאַרלאָזט ער רוסלאַנד און פֿאָרט אַרויס קיין לאָנדאָן אין יאָר 1882.

ער פֿאָרט קיין אַמעריקע און שפּילט דאָרט ייִדיש טעאַטער אַ געוויסע צײַט. ער איז שוין דעמאָלט אַ באַקאַנטער אַקטיאָר און ווי אַ סטאַר מאַכט ער אַ טורנע איבער די שטעט אין אייראָפּע — לאָנדאָן, וואַרשע, לאָדזש, לוואָוו. אין יאָר 1890 קערט ער זיך אום קיין אַמעריקע און באַזעצט זיך סטאַביל אין ניו־יאָרק. אין אַמעריקע ווערט ער גלײַך אָנערקענט ווי אַ הויך־טאַלאַנטירטער אַקטיאָר. אַ שאַרפֿער קעגנער פֿון שונד, פֿירט ער אויף דעם סאַמע בעסטן רעפּערטואַר פֿון ייִדישער דראַמאַטורגיע. י. גאָרדין האָט ערשט געמאַכט די ערשטע שריט אין ייִדישן טעאַטער. ערנסטע ייִדישע שרײַבער האָבן נישט „געהאַלטן“ פֿונעם פֿאַרווײַלונגס־רעפּערטואַר. האָט מען געמוזט אָנקומען צום אַלגעמיינעם קלאַסישן רעפּערטואַר.

יעקבֿ אַדלער האָט נאָך מיט 120 יאָר צוריק געשפּילט סטרינבערגן, איבסענען, מאָליערן, שעקספּירן. דאָס האָט יעקבֿ אַדלער באַווויגן דעם אַסימילירטן רוסישן שרײַבער יעקבֿ גאָרדין זיך אַריבערצוּוואַרפֿן פֿון רוסיש אויף ייִדיש. די גרויסע קאַריערע, וואָס גאָרדין האָט געמאַכט אין ייִדישן טעאַטער ווי אַ דראַמאַטורג, האָט ער אין אַ גרויסער מאָס צו פֿאַרדאַנקען דעם ייִדישן אַקטיאָר יעקבֿ אַדלער!

דער טעאַטער־אַנסאַמבל פֿון יעקבֿ אַדלער איז בעיקר באַשטאַנען פֿון זײַן טאַלאַנטירטער משפּחה (זײַן פֿרוי און זײַנע טעכטער).

יעקבֿ אַדלער איז באַרימט געוואָרן אין דער ראָלע פֿוּן שיילאָק אין שעקספּירס „דער סוחר פֿון ווענעדיק“. ער האָט אין דער פֿאָרשטעלונג גערעדט ייִדיש און דער גאַנצער איבעריקער אַנסאַמבל — ענגליש! יעקבֿ אַדלער איז געווען דער ערשטער ייִדישער אַקטיאָר, וועלכער האָט געוואַגט צו שפּילן אין אַ שעקספּיר־פֿאָרשטעלונג. אין 20סטן יאָרהונדערט האָבן שוין אַ סך ייִדישע אַקטיאָרן געשפּילט שעקספּירן — מאָרעווסקי און באַזונדערס, שלמה מיכאָעלס, וועלכער איז געווען אַ געניאַלער „קעניג ליר“.

וועגן י. אַדלערס שפּילן האָט געשריבן איינער פֿון זײַנע מיטצײַטלער:

„ער איז איינער פֿון די שענסטע אַקטיאָרן. ווען ער וואָלט אַפֿילו נישט געהאַט קיין טאַלאַנט, וואָלט מען אים סײַ ווי ליב געהאַט אין זכות פֿון זײַן שיינעם אויסזען; ווײַל צווישן די אומעטיקע, צעבראָכענע, דערשלאָגענע ייִדן זעט ער אויס אויף דער בינע ווי אַן אויסנעם… ער איז אויף דער בינע דער בעל־תּפֿילה. ער פֿירט אויס זײַן שליחות מיט דער זעלבער התלהבֿות, מיט דער שלמות וואָס דערוואַרעמט אונדז אַלעמען.“ און אַ צווייטער קריטיקער שרײַבט:

„ער פֿאַרמאָגט אַ געבוירענעם דראַמאַטישן חוש פֿאַר בינע־עפֿעקטן. ער רעדט אויף דער בינע מיט דער אַבסאָלוטער פּשטות. עס ציט אים צו מעלאָדראַמע מער ווי צו רעאַליסטישער דראַמע, אָבער זײַן מעלאָדראַמאַטישקייט פֿאַרמאָגט פּאָעטישן שוווּנג“.

פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער געשפּילט די הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם „מיכאַיִל סטראָגאָוו“ לויטן ראָמאַן פֿון זשול ווערן „דעם צאַרס שליח“. זײַן טעאַטער־טעטיקייט האָט ער אָפּגעשטעלט אין יאָר 1917.

שלום־עליכם, וועלכער האָט געלעבט אין ניו־יאָרק סך־הכּל צוויי יאָר און ביז זײַן פּטירה אין יאָר 1916 איז ער געווען שעפֿעריש, האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיטן גורל פֿון ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע. ער האָט געוואָלט, אַז די אינסצעניזאַציע פֿון זײַן גרויס ווערק „טבֿיה דער מילכיקער“, זאָל אויפֿגעפֿירט ווערן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין מיזרח־אייראָפּע האָט די פֿאָרשטעלונג געהאַט אַ קאָלאָסאַלן דערפֿאָלג. דער איינציקער קאַנדידאַט צו שפּילן די ראָלע פֿון טבֿיה אין ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע איז געווען יעקבֿ אַדלער.

אין אַ בריוו צו אַדלערן שרײַבט שלום־עליכם (איך ציטיר בלויז עטלעכע שורות):

„אַלע פֿיר אַקטן זענען באַזונדערע פֿיר קליינע טראַגעדיעס. לייענט אײַך נאָר גוט אַרײַן וועט איר זען, אַז אין אַזאַ שטיק, אָן פּרעטענציעס און אָן טרערן־קוועטשענישן, און אָן לאַכן־טרײַבענישן וועט איר זיך באַווײַזן אין אײַער ריכטיקער מאָס“ (פֿון „שלום־עליכם־בוך“, ז’ 250).

און אין אַ צווייטן בריוו צו דוד פּינסקי שרײַבט שלום־עליכם:

„פֿונעם ערשטן אַקט ביזן לעצטן אַרבעט טבֿיה אויף אַלע כּלים. דער עולם האָט אים אַלע מאָל מער ליב, און אויב אים שפּילט אַ מין אַדלער, קרוינט ער זיך אויף עלטער מיט אַ ראָלע, וואָס מאַכט אים פֿאַר אַ ליבלינג בײַם פּובליקום“.

יעקבֿ אַדלער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון טבֿיה מיטן גרעסטן דערפֿאָלג!

יעקבֿ אַדלער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, אין יאָר 1926.

שׂרה אַדלער (פֿון דער היים לעוויצקי) — די פֿרוי פֿון יעקבֿ אַדלער. געבוירן אין אָדעס. זי האָט געשפּילט טעאַטער אין רוסלאַנד, שפּעטער אין לאָנדאָן און אין יאָר 1887 האָט זי חתונה געהאַט מיט יעקבֿ אַדלער און זיך אָנגעשלאָסן אין זײַן טעאַטער־אַנסאַמבל. זי האָט געשפּילט צענדליקער וויכטיקע ראָלעס, בעיקר פֿון ייִדישן קלאַסישן רעפּערטואַר. אין איר אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין פֿאָרווערטס אין די יאָרן 1937—1939, באַשרײַבט זי אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון דער ייִדישער טעאַטער־וועלט און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר די לעצטע 40 יאָר.

אויך זייערע טעכטער זענען געווען ייִדישע אַקטריסעס.

צילי אַדלער, די טאָכטער פֿון יעקבֿ אַדלער, איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין יאָר 1909. זי האָט געשפּילט אויף דער ייִדישער בינע אין לאָנדאָן און אין פּוילן. זי האָט זיך צוריקגעקערט קיין ניו־יאָרק און זיך באַטייליקט אין די וויכטיקסטע ייִדישע טעאַטערס פֿון יענער צײַט אין ניו־יאָרק און אין פֿילאַדעלפֿיע.

אין אַ בוך, וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן, דערציילט צילי אַדלער: „איך דערצייל אַלץ וואָס איך געדענק און אפֿשר נישט אַלץ… אויפֿריכטיק און אמתדיק, מיט אַ סך אײַנזען פֿאַר מענטשלעכע געפֿילן, קאָלעגיאַלע סענטימענטן און פֿאַרדראָסן“.

די זכרונות נעמען אַרום נישט נאָר צילי אַדלערס טעאַטער־קאַריערע, נאָר טיילווײַז אויך די בינע־אַקטיוויטעטן פֿון איר פֿאָטער יעקבֿ אַדלער, איר מוטער דינה פֿײַנמאַן, איר שטיפֿטאַטע זיגמונט פֿײַנמאַן, די געשיכטע פֿון “נײַעם ייִדישן טעאַטער“ און דעם אָנהייב פֿון „ייִדישן קונסט־טעאַטער“ פֿון מאָריס שוואַרץ.

סטעלאַ אַדלער (די טאָכטער פֿון יעקבֿ אַדלער) איז, לויט מײַן מינונג, די סאַמע אינטערעסאַנטסטע און פֿאַרביקסטע געשטאַלט פֿון דער משפּחה אַדלער איז געווען סטעלאַ.

דער גרעסטער טייל ייִדישע אקטיאָרן זענען געבוירן געוואָרן און געשטאָרבן אויף דער ייִדישער בינע. זייער ווייניק פֿאַלן זענען געווען, וואָס ייִדישע אַקטיאָרן זענען פֿון ייִדישן טעאַטער אַריבער אין די נאַציאָנאַלע טעאַטערס פֿון די לענדער וווּ זיי האָבן געלעבט.

פֿון אַן אַנסאַמבל־אַקטריסע אין ייִדישן טעאַטער איז סטעלאַ געוואָרן איינע פֿון די וויכטיקסטע נעמען אינעם אַמעריקאַנער טעאַטער.

אין רוסלאַנד איז געווען סטאַניסלאַווסקי, אין פּוילן — לעאָן שילער, אין ענגלאַנד — קרייג, אין דײַטשלאַנד — מאַקס רײַנהאַרד און אין אַמעריקע — לי שטראַסבערג און סטעלאַ אַדלער!

זי האָט ווי אַ טעאַטער־פּעדאַגאָג, טעאָרעטיקערין פֿון אַן אייגענער דראַמאַטישער שיטה דערצויגן אַ דור פֿון די וויכטיקסטע אַמעריקאַנער פֿילם־אַקטיאָרן — מאַרלאָ בראַנדאָ, ראָבערט דע ניראָ, קענדיס בערגען, א”אַ.

סטעלאַ אַדלער, ווי אויך די גאַנצע פֿאַמיליע אַדלער, זענען פֿאַרבליבן גרויסע נעמען אין אַמעריקאַנער טעאַטער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייער וויכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין אַמעריקע.

אין דעם ווידעאָ, אַרויסגעלאָזט פֿונעם ייִדישן ביכער צענטער, אינטערוויוירט קריסטאַ וויטני סטעלאַ אַדלערס טאָכטער, עלען אַדלער אָפּענהײַם, וועגן אירע זכרונות פֿון איר אָנגעזעענער משפּחה:

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.