אַן אַמעריקאַנער שרײַבער פֿאָרשט זײַן עלטער־באָבעס מאָרד אין 1913A writer seeks clues of his great-grandmother’s murder in 1913
די אַלצהײמער–קרענק האָט געשאַפֿן אַ ריזיקן תּהום צװישן מאַמע און זון; זייער לעצטע פֿאַרבינדונג איז געווען אַן אַלטע משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיע.
Wayne Hoffman
The End of Her: Racing Against Alzheimer’s to Solve a Murder
Heliotrope Books, 2022
362 pp.
די געשיכטע פֿון דער אימיגראַציע פֿון מזרח–אײראָפּע איז אַ װיכטיקער יסוד פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער אידענטיטעט: ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון רדיפֿות און פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און האָבן געפֿונען אַ זיכערן מקום–מקלט אין דער „גאָלדענער מדינה‟. אַזאַ מין מעשׂה פּאַסט גאַנץ גוט צו דעם אַלגעמײנעם באַגריף פֿונעם אַמעריקאַנער „יחיד–במינודיקײט‟, אַ נײַעם „ארץ–כּנען‟ װאָס איז אױפֿגעבױט געװאָרן דורך די פּליטים פֿון דער אַלטער װעלט.
װי עס טרעפֿט אָפֿט מאָל, איז דער ענין אָבער מער קאָמפּליצירט. די היסטאָריקער זײַנען אײַנשטימיק, אַז די הױפּט–סיבה פֿאַר דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון מזרח–אײראָפּע פֿאַר דער ערשטער װעלט–מלחמה איז געװען די עקאָנאָמישע, ווײַל די פּאָגראָמען אין מיזרח־אייראָפּע האָבן דעמאָלט געטראָפֿן אַ רעלאַטיװ קלײנע צאָל ייִדן. דאָס לעבן אין אַמעריקע האָט זיך אַרױסגעװיזן װײַט ניט אַזױ פֿױגלדיק װי מען האָט זיך אױסגעמאָלט אין דער אַלטער הײם. בפֿרט דער ערשטער דור אימיגראַנטן האָט געדאַרפֿט גובֿר זײַן אַ היפּשע צאָל שװעריקײטן. ערשט דער צװײטער און דער דריטער דור, די קינדער און אײניקלעך פֿון אָט די „גרינע‟ אימיגראַנטן, האָבן געקענט געניסן פֿונעם אַמעריקאַנער חלום.
דװקא פֿונעם דאָזיקן װײַטן שטאַנדפּונקט נעמט זיך דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער שרײַבער װײן האָפֿמאַן אונטער צו אַנטפּלעקן דעם סוד אַרום דעם מאָרד פֿון זײַן עלטער־באָבע שׂרה פֿײַנשטיין, װאָס איז דערשאָסן געװאָרן אין 1913 אין װיניפּעג. דעמאָלט האָט דער דאָזיקער פֿאַרברעכן אױפֿגערעגט די גאַנצע ייִדישע קהילה, אָבער קײן מערדער האָט מען ניט געפֿונען. איצט, מער װי הונדערט יאָר שפּעטער, האָט שׂרהס אַמעריקאַנער אוראײניקל באַשלאָסן צו לײזן דעם סוד. זײַן פֿאָרשונג האָט אַנטפּלעקט אַ סך מערקװירדיקע פֿאַקטן אין זײַן משפּחה–געשיכטע װי אױך אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין קאַנאַדע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן בכלל. אַן אַנדער געשיכטע, װאָס אַנטפּלעקט זיך פּאַראַלעל מיט זײַנע היסטאָרישע זוכענישן, איז די פּסיכישע ירידה פֿון זײַן מאַמען צוליב דער אַלצהײמער–קרענק. די דאָזיקע צװײ נאַראַטיװן װערן צונױפֿגעפֿלאָכטן אינעם נײַעם בוך „דער סוף אירס‟.
אין דעם בוך באַקענט זיך דער לײענער מיט האָפֿמאַנס פֿאַרצװײַגטער משפּחה; דערװיסט זיך װעגן טשיקאַװע פּרטים פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין די מערבֿדיקע פּראָװינצן פֿון קאַנאַדע, און וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע וואָס שייך זײַן סעקסואַליטעט. װי װײַט איז דאָס אַלץ פֿאַרכאַפּנדיק פֿאַר אַ זײַטיקן לײענער װענדט זיך מסתּמא אָן דער מדרגה פֿון דער נאַטירלעכער נײַגעריקײט. איך דאַרף זיך מודה זײַן, אַז די געשיכטע פֿון ייִדן אינעם אַמאָליקן װיניפּעג איז בײַ מיר געװען אינטערעסאַנטער אײדער דעם מחברס פּריװאַטע עסקים, אָבער דאָס איז אַן ענין פֿונעם פּערזענלעכן געשמאַק.
ייִדן האָבן זיך אָנגעהױבן באַזעצן אין מערבֿ–קאַנאַדע אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט אין אײנעם מיט אוקראַיִנער און פּאָליאַקן. אַזױ אַרום האָבן ייִדן געלעבט אינעם נײַעם לאַנד צװישן זײערע אַלטע שכנים, און די באַציִונגען צװישן זײ זײַנען ניט תּמיד געװען גלאַטיקע. איז דערפֿאַר נאַטירלעך, אַז דער ערשטער חשוד אין שׂרהס מאָרד איז געװען טאַקע אַן אוקראַיִנער יונגערמאַן, אָבער עס האָט זיך באַלד אַרױסגעװיזן, אַז אין יענער נאַכט איז ער געװען װײַט פֿונעם אָרט פֿונעם פֿאַרברעכן, און די פּאָליצײ האָט אים באַפֿרײַט.
אױפֿן סמך פֿון זײַנע פֿאָרשונגען האָט האָפֿמאַן צונויפֿגעשטעלט אַן אײגענע טעאָריע פֿון דעם, װאָס איז געשען אין יענער נאַכט אין שׂרהס שטוב. אױפֿן װעג צו זײַן סך-הכּל האָט ער זיך טיף פֿאַרטאָן אין זײַן משפּחה–געשיכטע און אָנגעקניפּט פֿאַרבינדונגען מיט אַ היפּשער צאָל קרובֿים אין פֿאַרשײדענע שטעט פֿון צפֿון–אַמעריקע. די מאַמע זײַנע איז אָבער שױן מער ניט געװען ביכולת צו פֿאַרשטײן זײַן חקירות װעגן דעם מאָרד פֿון איר באָבע. װען װײן איז געקומען צו איר, האָט זי אים אַפֿילו ניט דערקענט, אָבער זי האָט יאָ דערקענט איר זײדן דוד, שׂרהס מאַן, אױף דער פֿאָטאָגראַפֿיע װאָס װײן האָט איר געװיזן. ער שליסט פֿון זײַן בוך מיט די װערטער: „אין משך פֿון יאָרן האָט דער אַלצהײמער אונדז אָפּגעשטױסן אײנער פֿונעם צװײטן, אָבער מיר האָבן זיך צונױפֿגעקומען פֿאַר אײן רגע‟ װען די מאַמע האָט דערזען די פֿאָטאָגראַפֿיע. סימבאָליש איז די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע דאָס לעצטע רינגל, װאָס האַלט די קײט פֿון דורות צוזאַמען.
אָנצושרײַבן אַ בוך פֿון דער אײגענער משפּחה–געשיכטע איז ניט קײן פּשוטע זאַך. כּדי צו לײענען אַזאַ מין בוך, דאַרף מען האָבן התמדה און אַ גוטן אױג פֿאַר פּריװאַטע פּרטים, װאָס זײַנען װיכטיק פֿאַר דער משפּחה אָבער זאָגן ניט קײן סך דעם זײַטיקן לײענער. פֿון די דאָזיקע פּרטים שאַפֿט זיך בהדרגה אַ ברײטער בילד, װאָס פֿאַרמאָגט טיפּישע שטריכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. דער ערשטער דור האָט זיך געדאַרפֿט ראַנגלען מיט אַ סך שװעריקײטן און סכּנות אין דער פֿרעמדער און צומאָל פֿײַנטלעכער סבֿיבֿה. מערבֿ–קאַנאַדע איז גאַנץ װײַט פֿון רוסלאַנד, אָבער עס זײַנען דאָ געװיסע ענלעכקײטן: די זעלביקע שכנים, אוקראַיִנער און פּאָליאַקן, דאָס לעבן אין אַ ייִדישן „שטעטל‟ אין צפֿון–װיניפּעג, קלײן–האַנדל װי אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש געשעפֿט, און אַפֿילו אַן ענלעכער קלימאַט. ערשט אינעם צװײטן און דריטן דור דערגרײכט מען דעם סטאַטוס פֿון מיטל–שטאַנד, און מען קאָן זיך דערמאָנען מיט אַ געװיסן שטאָלץ אין די אָרעמע קינדעריאָרן. און דעמאָלט נעמט מען זיך שרײַבן אַן אַמעריקאַנער ייִחוס-בריװ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO