Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חיים גראַדע, דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטורChaim Grade, the fourth classical Yiddish writer

גראַדע האָט קריטיקירט זײַנע חבֿרים אין „יונג ווילנע‟ פֿאַרן אונטערשאַצן די וויכטיקייט פֿון אמונה און גײַסטיקע ווערטן אין דער ייִדישער טראַדיציע.

אָט דער אַרטיקל באַזירט זיך צווישן אַנדערע, אויף חיים גראַדעס עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן פֿאַר אַ ברייטערן פּובליקום. די רעפֿעראַטן וועלן בקרובֿ דערשײַנען אין אַ בוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון יחיאל שיינטוך און מרים טרין, אַרויסגעגעבן פֿון „מפעל דב סדן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים‟, מיטן נאָמען: „חיים גראַדע בעל-פּה: עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן פֿון חיים גראַדע, אויף ייִדיש.‟

אַ שרײַבער אַ קלאַסיקער איז אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַ שם־דבֿר. ווידער און אָבער ווערן דערמאָנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור י. ל. פּרץ, שלום־עליכם און מענדעלע מוכר ספֿרים ווי די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מיט זייער טויט אין 1915, 1916 און 1917, פֿאַרענדיקט זיך דער חשבון פֿון אַ ליטעראַרישן קלאַסיציזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מענדעלע מוכר־ספֿרים ווערט פֿאַררעכנט ווי דער פֿאָטער פֿון דער העברעיִשער און פֿון דער ייִדישער מאָדערנער ליטעראַטור. י. ל. פּרץ — ווי דער גרינדער פֿון אַ מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אין וועמענס צענטער עס ווערט געשטאַלטיקט דער ייִדישער יחיד. שלום־עליכם האָט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אַרײַנגעבראַכט די ייִדישע פּסיכיק און די ייִדישע פֿאָלקסשפּראַך, און זיי פֿאַרוואַנדלט מיט דער הילף פֿון זײַן הומאָר אין אַ ייִדישער ליטעראַרישער קונסט.

מענדעלעס רעאַליזם, פּרצעס אינטעלעקטואַליזם און שלום־עליכמס פֿאָלקסהומאָר שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מאָדערנע קאָנפֿיגוראַציע פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין מזרח־אייראָפּע – אַ באַלאַנסירטער און פֿולער צוזאַמענשטעל פֿון געזעלשאַפֿטלעכע, גײַסטיקע און פּסיכאָלאָגישע כאַראַקטעריסטיקעס, וועלכע רעסטאַוורירן לויט ליטעראַרישע אינטעלעקטועלע און פּסיכאָלאָגישע מאָדעלן אַ היסטאָרישן און גײַסטיקן אָפּשניט פֿון 55 יאָר ייִדנטום אין פֿאַרקער במשך פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז בערך דער ערשטער וועלט־מלחמה אין 20סטן יאָרהונדערט.

אין די שריפֿטן פֿון אָט די דרײַ קלאַסיקער, וועלכע זענען אַלע געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און אויף העברעיִש) קומט צום אויסדרוק אַ פֿולער און באַלאַנסירטער ליטעראַרישער דין־וחשבון פֿון אַ תּקופֿה באַלאָדן מיט געזעלשאַפֿטלעכע, דעמאָגראַפֿישע, קולטורעלע, נאַציאָנאַלע, פּסיכישע און שפּראַכלעכע מעטאַמאָרפֿאָזן און היסטאָרישע אַנטוויקלונגען.

דער טיטל „קלאַסיקער‟ האָבן די דרײַ דערמאָנטע ייִדישע שרײַבער כּשר פֿאַרדינט. והאָ ראַיה, דער באַקאַנטער העברעיִשער שרײַבער און קריטיקער דוד פֿרישמאַן האָט געזאָגט וועגן מענדעלען, אַז טאָמער וואָלטן אַלע היסטאָרישע דאָקומענטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע פֿאַרלאָרן געגאַנגען, וואָלטן מענדעלעס כּתבֿים געווען אַ ריכטיקער תּנא דמסייע צו רעקאָנסטרויִרן די היסטאָרישע תּקופֿה. י. ל. פּרץ האָט אַרײַנגעפֿירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור די פּראָבלעמאַטיק פֿון מאָדערנעם ייִד פֿון פֿאָלקסטימלעכן, געזעלשאַפֿטלעכן, חסידישן און טראַדיציאָנעלן שטאַנדפּונקט. שלום־עליכם האָט פֿאַראייביקט די ייִדישע פֿאָלקספּסיכיק, דאָס ייִדישע קינד, און דעם ייִדישן קינסטלער. אַזוי האָט חיים גראַדע אַליין דערקלערט אין איינעם פֿון זײַנע עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן וועגן די דרײַ קלאַסיקער.

נישט איין מאָל האָט מען געשריבן וועגן חיים גראַדען אַז „גראַדע קען זיך ניט אָפּרײַסן פֿון ווילנע, און גייט ניט אַרויס פֿון שולהויף.‟ אין פֿאַרגלײַך מיט די דרײַ קלאַסיקער, וואָלט מען געקענט פֿאַרשטיין פֿון אַזאַ צוגאַנג צו גראַדעס פּראָזע, אַז אין זײַן שאַפֿן האָט זיך גראַדע באַגרענעצט צו באַשרײַבן אַ לאָקאַלע ווירקלעכקייט, וועמענס ליטעראַרישער פֿאַרנעם און באַטײַט איז מצמצם דעם לײַוונט פֿון גראַדעס קוק אויף דער ייִדישער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין 20סטן יאָרהונדערט.

אויף דעם צוגאַנג האָט גראַדע שאַרף רעאַגירט אין פֿאַרשיידענע אופֿנים, און צווישן אַנדערע געזאָגט: „עס איז דאָך נאָך אַלץ בעסער, ווי איינער וואָס אין זײַן שרײַבן קריכט ניט אַרויס פֿון אומריינע פּלעצער.‟ מן הסתּם זײַנען אָט די ווערטער אַ רמז אויף יצחק באַשעוויסעס פּראָזע. אָבער נישט דאָס איז גראַדע טאַקע אויסן. אָט דער זאַץ איז מער ווי אַ זעלבסט באַרעכטיקונג – אַ שטאָך די קריטיקער, וועלכע דערזעען נישט דעם אוניווערסאַלן באַטײַט און וואָג פֿון גראַדעס כּביכול „לאָקאַליזם.‟ חיים גראַדעס טענה באַציט זיך צו דער שלמות און ייִדישן אוניווערסאַלן באַטײַט פֿון זײַנע ליטעראַרישע שריפֿטן. זי איז זיך סומך אויף די דערגרייכונגען אין דער וועלט־ליטעראַטור, דווקא פֿון די גרויסע שרײַבער וועמען מען קען, לויט די ייִדישע קריטיקער, באַשולדיקן אין אַן אומפֿעיִקייט „זיך אָפּצורײַסן‟ פֿון איין שטאָט: „…אויך דאָסטאָיעווסקי האָט זיך נישט געשעמט ניט אַרויסצוקריכן פֿון פּעטערבורג, און טאָלסטאָי פֿון מאָסקווע, און דיקענס פֿון לאָנדאָן, און באַלזאַק פֿון פּאַריז – פֿאַר וואָס דאַרף איך זיך שעמען נישט אַרויסצוקריכן פֿון ווילנע? וואָס, ווילנע איז געווען אַן ערגערע שטאָט פֿון ניו־יאָרק?‟

לויט חיים גראַדעס אײַנזען, איז עס נישט דער באַשריבענער לאָקאַלער אָרט וואָס פֿאַרוואַנדלט די ליטעראַרישע באַשרײַבונגען אין אַ ווערטפֿולן און אוניווערסאַלן ייִדישן אוצר; נישט ווילנע און דער שולהויף גופֿא, נאָר דאָס וואָס דער שרײַבער דערבליקט אין זיי – דאָס איז דער עיקר.

ווילנע, ירושלים־דליטא, און דער שולהויף – דער מענטשלעכער, גײַסטיקער און טראַדיציאָנעלער ייִדישער מיטלפּונקט פֿון אַ פֿיל דורותדיקן ייִדישן שטאַם – זיי זײַנען דער קאַליידאָסקאָפּ פֿון אַ וויברירנדיקן קינסטלערישן באַגריף בײַ גראַדען, אַליין איינער פֿון דער שארית־הפּליטה.

אַנטקעגן די קריטיקער וואָס האָבן גראַדען כאַראַקטעריזירט פּראָסט און פּשוט, ווי אַ לאָקאַלער שרײַבער, נישט באַטאָנענדיק די גײַסטיקע, פּסיכאָלאָגישע און געזעלשאַפֿטלעכע קוואַליטעט פֿון זײַן פּראָזע, נאָר דווקא צוגעטשעפּעט צו זײַן שאַפֿן ווי אַ שרײַבער אַ נאָמען פֿון אַ שטאָט און אַ שילדל מיטן נאָמען פֿון אַ געגנט, איז גראַדע אַרויסגעטראָטן מיט אַ פֿאָרוווּרף, דערווײַזנדיק אַז בעת זײַנע שרײַבער־קאָלעגן פֿון „יונג־ווילנע‟ האָבן – יעדער איינער לויט זײַן סגאַל (אידיאָסינקראַזיע) – געזען אין ווילנע פֿאַרשיידנאַרטיקע ווינקלען און דערשײַנונגען, האָט ער, גראַדע, זיך באַצויגן צו זײַן שטאָט ווילנע, ווי די שטאָט פֿון ייִדישן גײַסט.

באַציִענדיק זיך צו ווילנע ווי „די שטאָט פֿון גײַסט‟ איז גראַדע מכוון צו דעם קאָרפּוס פֿון זײַנע צען בענד פּאָעזיע און שפּרודלדיקער פּראָזע, מיט זייער ברייטן פֿאַרנעם וואָס נעמט אַרום דעם פֿולן געזעלשאַפֿטלעכן און גײַסטיקן בויגן – אָנהייבנדיק פֿון זײַנע פֿולבלוטיקע באַשרײַבונגען פֿון ווילנער המון, דורך די פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע שטאַנדן און זייערע פֿאָרשטייער, ביז די ווילנער כּלי־קודש, בני־תּורה און רבנים.

מיר האַלטן אַז עס איז אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטער פֿאַקט, דער פֿאַקט וואָס גראַדע גיט אָפּ אַ היפּשן אָרט אין איינעם פֿון זײַנע רעפֿעראַטן פֿאַר אַ ברייטערן פּובליקום, אָפּצופֿרעגן יענע קריטיקער זײַנע וואָס באַטאָנען אַז ער, ווי אַ שרײַבער, קריכט נישט אַרויס פֿון די ווילנער דלתּ־אמות און פֿון איר שולהויף. זײַן הויפּטאַרגומענט איז, אַז זײַן פּראָזע איז נישט קיין מצמצמדיקער דרך צו באַשרײַבן דאָס ייִדישע לעבן פֿון זײַנע העלדן און זייער גײַסטיקער מהות. אדרבא, גראַדע טענהט אַז זײַן פּראָזע מײַדט אויס שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿיזישע יסודות, ווי עס טוען זײַנע חבֿרים־שרײַבער פֿון „יונג-ווילנע.‟ זײַן עובֿדא, ווי ער פֿאָרמולירט עס בקיצור, איז צו באַרירן, באַשרײַבן, פֿאַרטיפֿן און אויסשטאַלטיקן די נישט־פֿיזישע אַספּעקטן פֿון לעבן בײַ ייִדן – דעם ייִדישן גײַסט, וועלכער איז נישט באַגרענעצט צו ווילנע אָבער געפֿינט אין ווילנע איינע פֿון זײַנע מעכטיקסטע אויסדרוקן. אין גראַדעס פּראָזע און אין אַ טייל פֿון זײַן פּאָעזיע זעט מען בולט אָט די גײַסטיקע וועלט און דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר (זע למשל אין זײַן דערציילונג „דער ברונעם‟). מע זעט אויך גראַדעס באַשרײַבונגען פֿון דער מענטשלעכער און ייִדישער אינדיווידועלער פּסיכאָלאָגיע בײַ הונדערטער פֿון זײַנע געשטאַלטן, די באַשרײַבונגען פֿון די פֿונדאַמענטן פֿון ייִדישע אידענטיטעטן פֿון כּלל־ישׂראל, וואָס איז טיף פֿאַרוואָרצלט אין זײַנע רבנים און בני־תּורה, ווי אויך די גײַסטיקע ייִדישע ווערטן.

גראַדעס גײַסטיקע ייִדישע וועלט איז רײַך און פֿילפֿאַרביק – מיטן טראָפּ אויף דער פּסיכאָלאָגיע פֿון זײַנע געשטאַלטן, באַפֿאַרבט מיט די גלויבנס, די דעות, און די לעגענדעס בײַ ייִדן, וועלכע קאָרמען דעם גײַסטיקן לעבן פֿון זײַנע טיפּן מענטשן. צווישן אַנדערע, פֿאַרפֿלעכט גראַדע אין זײַנע שריפֿטן די רײַכע מקורים פֿון דער דורותדיקער צוויישפּראַכיקער העברעיִשער און ייִדישער קולטור. נאָך מער, זײַענדיק אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור וואָס האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם אַרט לעבן און לערנען פֿון די מוסר־ישיבֿות לויט ר’ יוסף יוזל הורוויצעס שיטה – די עקסטרעמסע שיטה אין מוסר – האָט גראַדע אָפּגעגעבן אַ באַטײַטנדיקן טייל פֿון זײַן פּראָזע און פּאָעזיע די באַשרײַבונגען פֿון אינעווייניק פֿון דער וועלט בײַ די מוסר־ישיבֿות פֿון איין זײַט, און די באַשרײַבונג פֿונעם גלאַוונעם קעגנער פֿון יענעם אַרט לערנען, זײַן פּערזענלעכן לערער און מדריך במשך זיבן יאָר – דעם חזון־איש. גראַדע האָט גלײַכצײַטיק זיך געטובֿלט סײַ אין דער מוסר־וועלט, סײַ אין דער הלכה־וועלט דורך זײַנע פֿאַרבינדונגען מיטן חזון־איש — דער פּוסק־הדור און מנהיג פֿון דער חרדישער רעוואָלוציע.

חיים גראַדעס פּראָזע נעמט אַרום ס’רובֿ אַספּעקטן פֿון לעבן בײַ ייִדן, אַ לעבן פֿאַרוואָרצלט אין חוקים און משפּטים. פֿון אַ ייִדישן שטאַנדפּונקט, איז די שטאָט ווילנע און אירע אַרומיקע שטעטלעך בײַ חיים גראַדען אַ פּרוּוול, אַ מין בײַשפּיל וואָס זאָגט עדות וועגן דער אינטעגראַלער ייִדישקייט פֿון ייִדישן פֿאָלק אומעטום. די דורותדיקע קולטור־געשיכטע פֿון ייִדן, אין דער פֿאָרם ווי חיים גראַדע באַנעמט זי ווי אַ יש אין 20סטן יאָרהונדערט, ווערט בײַ אים באַשריבן לענג־אויס אַ כּסדרדיקן געקייטלטן מאַרשרוט וואָס ברעכט זיך נישט. דאָ ליגט באַגראָבן, לויט מײַן מיינונג, גראַדעס שאַרפֿע קריטיק קעגן יעדן אַספּעקט אָדער דערשײַנונג אין ייִדישן לעבן, און קעגן יענע ייִדן וואָס מיט זייערע מעשׂים אָדער השׂגות דערפֿירן צו דעם צעברעכן פֿון אָט דער גאָלדענער קייט.

נישט איין מאָל באַנוצט זיך גראַדע מיט אַ גראָטעסקן סטיל בעת זײַנע ליטעראַרישע באַשרײַבונגען, אין גײַסט פֿון זײַן סאָציאַלער און קולטור־קריטיק. אַזאַ מין קריטיק פֿון גראַדעס צד האָט דעם ציל צו טאַדלען אָדער אָנווײַזן אויף אַ פֿאַרשוואַכטן געזעלשאַפֿטלעכן אָדער גײַסטיקן אַספּעקט אין ייִדישן לעבן.

חיים גראַדעס חוש פֿאַר דער גראָטעסקער זײַט אין ייִדישן לעבן, קומט צום אויסדרוק אין פֿיל ערטער פֿון זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען (ווי למשל אין זײַן ראָמאַן „צמח אַטלאַס,‟ אין זײַן בוך דערציילונגען „דער שולהויף‟ און אין זײַן דערציילונג „זיידעס און אייניקלעך‟). ער אַליין באַניצט זיך מיטן טערמין „גראָטעסק.‟ מע קען דעפֿינירן דעם טערמין „גראָטעסק,‟ אין אונדזער פֿאַל, ווי די באַשרײַבונג פֿון אַ שטערונג אין ייִדישן סדר־העולם, אַן אָפּווײַך פֿון ייִדישן דרך־הישר לויט דער רעפּרעזענטאַציע פֿון המשכדיקייט ווי אַ געוווּנטשענער אידעאַל בײַ ייִדן און בײַ חיים גראַדען, דעם מאָדערנעם ייִד.

אין איינעם פֿון זײַנע רעפֿעראַטן פֿאַר אַ ברייטערן פּובליקום, ברענגט גראַדע אַן אינטערעסאַנטע טענה וואָס ווײַזט אונדז אַז אין גראַדעס זכּרון האָבן זיך פֿאַרהאַלטן באַשטימטע סצענעס פֿון זײַן יוגנט, דווקא ווײַל ער געדענקט זיי ווי אַ גראָטעסקע דערשײַנונג: אַ דערשײַנונג וואָס באַדראָט דאָס ייִדישע לעבן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער מעמד אַליין איז ייִדיש אין גײַסט און געפֿינט זיך על-פּי-דין און על-פּי-שׂכל אויפֿן מאַרשרוט פֿון ייִדישער פּראַקטיק לפֿי דעת־גדולים אין יענער צײַט.

אין פֿאַרבינדונג מיט דעם, דאַרף מען פֿאַרשטיין די שאַרפֿע קריטיק וואָס חיים גראַדע ווענדט אָן אויף זײַנע חבֿרים — די שרײַבער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע.‟ גראַדע האָט געקוקט אויף „יונג־ווילנע‟ ווי אַ אויף אַ גרופּע שרײַבער געפּענטעט מיט שטריק פֿונעם גײַסטיקן און פּאָליטישן מאָדערניזם. פֿון גראַדעס קריטיק קען מען פֿאַרשטיין אַז ער האָט באַטראַכט זײַנע חבֿרים ווי אַזוינע וואָס האָבן מוותּר געווען זיך צוצוטוליען צו אַ געקייטלטן המשך, ווי צו איינעם פֿון די גלאַוונע ייִדישע ווערטן. גראַדע גיט אין איינעם פֿון זײַנע בריוו, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אַן אָנצוהערעניש אַז זײַנע חבֿרים יונג־ווילנער מאַכן מיט דער נאָז בײַם הערן ווי ער, חיים גראַדע, ציטירט פּסוקים פֿון תּנך אין זײַן הספּד בײַם אָפֿענעם קבֿר פֿון מיכאל נאַטיש, אַ שרײַבער און לערער אין די ייִדישע וועלטלעכע שולן און זײַנער אַ נאָענטער חבֿר, וואָס איז געשטאָרבן אין יונגן עלטער פֿון 31 יאָר.

חיים גראַדע האָט זיך אויסגעצייכנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן אין דער גרופּע „יונג-ווילנע.‟ די ליטעראַרישע קריטיק האָט זיך באַצויגן צו אים ווי צו איינעם פֿון די כאַראַקטעריסטישסטע מיטגלידער פֿון דער גרופּע און אַזוי ווערט ער באַטראַכט ביז הײַנט. מע דאַרף אָבער באַטאָנען אַז גראַדע טיילט זיך אָפּ פֿון „יונג-ווילנע‟ מיט דער שאַרפֿער קריטיק וואָס ער ווענדט אָן אויף דער גרופּע, סײַ ברמז, און סײַ בפֿירוש. ברמז – אין אַ בריוו צו יוסף אָפּאַטאָשו פֿון 15טן יולי 1937 שפּילט זיך גראַדע מיטן אויסלייג פֿונעם וואָרט „חבֿרים‟: ווען ער וויל אָנווײַזן קריטיש אויף די קאָמוניסטישע טענדענצן פֿון זײַנע „יונג־ווילנער‟ חבֿרים, שרײַבט ער דאָס וואָרט „כאַוויירים‟ אין אַ סאָוועטישן אויסלייג, בעת ווען ער באַניצט זיך מיטן העברעיִשן קאָמפּאָנענט אין דער רעגולערער אָרטאָגראַפֿיע זײַנער, שרײַבט ער „חבֿרים,‟ אין אַ נאָרמאַלן אויסלייג. און בפֿירוש – געפֿינען מיר גראַדעס אָנצוהערעניש וועגן דעם אַז זײַנע יונג ווילנער חבֿרים זעען אין ווילנע נאָר איין אַספּעקט פֿון דעם לעבן און אויסזען פֿון דער שטאָט ייִדן. מיט דעם ווײַזט גראַדע אָן אַז זייער באַשרענקטער קוק אויף ווילנע האַלט אָפּ זייער ברייטערן און טיפֿערן אויפֿנאַם פֿון דעם וואָס די ייִדישע ווילנע רעפּרעזענטירט.

בײַ חיים גראַדע ווערט די ייִדישע ליטעראַטור רעפּרעזענטירט דורך די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ און שלום־עליכם. וועגן זיי האָט ער אַ סך רעפֿערירט אין זײַנע לעקציעס פֿאַר אַ ברייטערן פּובליקום, און נישט נאָר גערעדט וועגן יעדן איינעם פֿון זיי באַזונדער, נאָר זיך פֿאַרמאָסטן ברייט און לאַנג צו פֿאַרגלײַכן אַלע דרײַ. ווי אַ ייִדישער שרײַבער איז גראַדע געווען אַ גרויסער בקי אין די שריפֿטן פֿון די דרײַ קלאַסיקער, און זייער השפּעה אויף אים איז אַ טעמע וואָס פֿאָדערט אַ באַזונדערע אָפּהאַנדלונג, ווײַל עס איז קיין ספֿק נישט אַז גראַדע האָט זיך געשפּיגלט אין זיי און איז זיכער געווען באַוווּסטזיניק וועגן דער ראָלע און חלק וואָס זײַנע אייגענע שריפֿטן פֿאַרנעמען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אין דער אָנוועזנהייט פֿון די שריפֿטן פֿון די קלאַסיקער. פֿרעגט זיך די פֿראַגע ווי זאָלן מיר זיך באַציִען צו חיים גראַדעס ליטעראַרישן שאַפֿן אין ליכט פֿון דער ליטעראַרישער ירושה פֿון די דרײַ קלאַסיקער?

אמת, נאָך דער פּטירה פֿון די דרײַ קלאַסיקער, איז קיין פֿערטער נישט געזאַלבט געוואָרן, נישט צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין 20סטן יאָרהונדערט, און נישט ביז הײַנט צו טאָג. נסיונות אין אָט דער ריכטונג האָט מען געמאַכט מיט יאָרן צוריק, און איינער פֿון די וויכטיקסטע און אינטערעסאַנטסטע, איז נחמן מייזילס אַרטיקל „די דרײַ ייִדישע קלאַסיקער – מענדעלע מו”ס, שלום-עליכם און י. ל. פּרץ – און ווער איז דער פֿערטער?‟, געדרוקט אין „ייִדישע קולטור‟ (ניו־יאָרק), נאָוועמבער 1961, זז’ 4- 9. אין דעם אַרטיקל לייגט פֿאָר נחמן מייזיל צו באַקרוינען שלום אַש (1880־1957) ווי דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. לגבי די דרײַ דערמאָנטע קלאַסיקער כּולי עלמא לא פּליגי, איז יעדער מסכּים. וועגן שלום אַש ווי דער מעגלעכער פֿערטער קלאַסיקער שרײַבט מען אַרטיקלען ביז הײַנט צו טאָג. אין יאָר 1985 איז נחמן מייזילס אַרטיקל איבערגעדרוקט געוואָרן אין דער וואַרשעווער „פֿאָלקסשטימע. ‟

אין פֿאַרגלײַך מיט די ערשטע בערך 50 יאָר פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור ווען די ייִדישע קולטור־קריטיק האָט באַוויזן צו זאַלבן דרײַ קלאַסיקער אָן קיין שום באַוואָרעניש, איז דער לעצטער יאָרהונדערט (1917־2017) פֿון ייִדישער שעפֿערישער ליטעראַטור געבליבן אַ פֿאַריתומטער, אָן קיין נײַעם קלאַסיקער.

אין זײַן אַרטיקל שרײַבט נחמן מייזיל אַזוי:

„אָבער ווי גרויס און ברייט און מעכטיק עס איז נישט דער גרויסער ליטעראַטור־אוצר פֿון די ערשטע דרײַ, און ווי אינטערעסאַנט און באַלערנדיק עס זײַנען נישט די וועלטן וואָס זיי האָבן אַרויסגעבראַכט, געהערן זיי שוין צו דער פֿאַרגאַנגענהייט, צו די געוועזענע דורות, צו זייערע ספֿערעס און פּראָבלעמען. עס איז שוין באַלד אַ האַלבער יאָרהונדערט, ווי זיי זײַנען אַוועק פֿון אונדז; זיי, צוזאַמען מיט די וועלטן און מענטשן, מיט די סבֿיבֿות און סיטואַציעס, וואָס זיי האָבן אויסגעלעבט און אויסגעשטאַלטיקט.

„איז ווער זײַנען אין דער ייִדישער ליטעראַטור זייערע נאָכגייער, די פֿאָרזעצער פֿון דעם גרויסן ייִדיש־וועלטלעכן קינסטלערישן שאַפֿן? ווער זײַנען די שרײַבער, די יורשים, וואָס, ווי די אָבֿות, ברענגען זיי אין זייערע ווערק די פּאַסירונגען, געשעענישן, די באַרג־אַרויפֿן און באַרג־אַראָפּן פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן, דעם יחיד און דעם כּלל?‟

אין זײַן אַרטיקל פֿאָרמולירט נחמן מייזיל די באַדערפֿעניש אויסצוזוכן יענעם ייִדישן שרײַבער פֿון דער רײַכער און צעצווײַגטער ייִדישער ליטעראַטור אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס זאָל אַנטשפּרעכן די געוואַלדיקע טראַנספֿאָרמאַציעס אין ייִדישן לעבן בעת אָט דעם יאָרהונדערט.

בײַם באַשרײַבן די טיפֿע ענדערונגען אין ייִדישן לעבן צווישן די וועלט-מלחמות און נאָך דעם חורבן, פֿאָרמולירט נחמן מייזיל אין זײַן אַרטיקל האַרבע פֿאָדערונגען פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן שרײַבער פֿון דעם קאַנדידאַט באַטיטלט צו ווערן „דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.‟

נחמן מײַזעל שרײַבט: „לײַכטער איז געווען די שרײַבער־קינסטלער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אַרויסצוברענגען אין זייערע ווערק דאָס אַמאָליקע מער־פּאַטריאַרכאַלישע ייִדישע לעבן, און גאַנץ־שווערער און קאָמפּליצירטער איז די ראָלע, די אויפֿגאַבע פֿונעם שפּעטערדיקן ייִדישן שרײַבער, וואָס וויל, וואָס פֿאַרמעסט זיך צו ברענגען צום אויסדרוק אין זײַנע קינסטלערישע ווערק דאָס אַלץ, וואָס דער ייִדישער מענטש, די ייִדישע מאַסע לעבט איבער, מאַכט אַדורך אין די לעצטע צענדליקער יאָרן, ווען דער לעבנס-שטייגער האַלט זיך אין איין בײַטן, ווען עס האַלט אין איין יוירן, ווען דאָס לעבן איז כּסדר אין אַקציע, אין באַוועג, אין איבערוואַנדלונג, אין דינאַמישן און סטיכישן צושטאַנד.‟

בקיצור, עס איז קיין ספֿק נישט אַז די ייִדישע ליטעראַטור געשאַפֿן פֿון די אויבן דערמאָנטע דרײַ קלאַסיקער, געהערט שוין צו דער פּרעהיסטאָריע פֿון ייִדישן פֿאָלק במשך דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. די רעלאַטיוו איינהײטלעכע פֿאָרם פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח-אייראָפּע פֿון 19טן יאָרהונדערט און איר רעלאַטיוו מאָמענטאַלע סטאַטישע אַנטוויקלונג געהערן צו אַ היסטאָרישער ספֿערע, אַ גאָר אַנדערע, ווי דער קאַליידאָסקאָפּישער ווירבולדיקער טעמפּאָ פֿון מאָדערנעם ייִדישן לעבן נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַר אַזאַ צײַטאָפּשניט איז אַפֿילו די דעפֿיניציע פֿון אַ פֿערטן קלאַסיקער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קאָמפּליצירטער.

ווי עס זעט אויס, פֿאַרשטייט נחמן מייזיל דעם באַגריף „קלאַסיקער‟, ווי די אייגנשאַפֿט פֿון אַ שרײַבער וואָס האָט „אָפּגעשפּיגלט דאָס ייִדישע לעבן אין די פֿאַרשיידענע לענדער פֿון דער ייִדישער צעזייט-און־צעשפּרייטקייט‟. לגבי די דרײַ קלאַסיקער – מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם, דערמאָנט מייזיל דאָס בשותּפֿותדיקע בײַ זיי:

„דער צד־השווה בײַ זיי איז געווען, וואָס זיי אַלע דרײַ זײַנען געווען פֿאַרוואָרצלט אינעם שוואַרצערד פֿונעם ייִדישן לעבן אין 19טן יאָרהונדערט און וואָס זיי האָבן געצויגן זייער יניקה פֿון די ייִדישע קוואַלן אין מיזרח־אייראָפּע. זיי האָבן אַלע זייערע יאָרן געלעבט און אויסגעלעבט זיך אין די ייִדישע שטעטלעך פֿונעם צאַרישן רוסלאַנד, אויפֿגענומען זייערע אַלע ליכט און שאָטן, לייד און פֿרייד.‟

אין נחמן מייזילס אַרטיקל ווענדט דער מחבר אָן צוויי פֿאַרשיידענע קריטעריעס און דעפֿיניציעס וועגן וואָס הייסט בײַ אים אַ קלאַסיקער. ווען ער באַציט זיך צו די דרײַ קלאַסיקער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, באַטאָנט ער זייער אײַנגעוואָרצלטקייט סײַ אין מיזרח־אייראָפּעיִשן באָדן, סײַ אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. ווען אָבער דער מחבר זוכט אַ קאַנדידאַט פֿאַרן פֿערטן קלאַסיקער, בײַט זיך די דעפֿיניציע לויט די געשיכטלעכע אומוואַנדלונגען פֿון אַ געאָגראַפֿישן, סאָציאָלאָגישן און היסטאָרישן כאַראַקטער וואָס דער קאַנדידאַט דאַרף זיך צו זיי צופּאַסן.

נחמן מייזיל קלײַבט אויס דעם שרײַבער שלום אַש ווי זײַן פֿערטער קאַנדידאַט ווי אַ קלאַסיקער. ער דערשפּירט אָבער גלײַך אַז צווישן שלום אַש און די אַנדערע דרײַ ליגט אַן אָפּגרונט וועלכן מייזיל באַרעכטיקט מיט דעם אומבײַט פֿון תּקופֿות, טעריטאָריעס, גענעראַציעס, און געענדערטער וויסיקייט און ווערטן אין לעבן בײַ ייִדן. שלום אַשס דערגרייכונגען ווי אַ שרײַבער, אַ קאַנדידאַט צו ווערן באַקרוינט ווי דער פֿערטער קלאַסיקער ליגן אין דער אַנדערשקייט פֿון זײַן שרײַבן און באַשרײַבן – אָפּגעלאָנטשעט לחלוטין פֿון יעדער המשכדיקייט און צוגעבונדנקייט אין ייִדישן לעבן צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט. למעשׂה, ווערט שלום אַש דערהויבן צו דער מדרגה פֿון אַ פֿערטער קלאַסיקער, דווקא ווײַל ער צייכנט זיך אויס בײַם באַשרײַבן דעם איבערברוך אין ייִדישן לעבן.

עס זעט אויס אַז מייזילס צוגאַנג צום באַגריף „קלאַסיקער‟ איז אַ סתּירותדיקער, אַ תּרתּי דסתּרי. מיר דאַרפֿן דערפֿאַר פּרוּוון אויסאַרבעטן אַן איינהייטלעכע דעפֿיניציע, אַ כאַראַקטעריזאַציע פֿון אַ קלאַסיקער וואָס זאָל גילטן סײַ פֿאַר די ערשטע דרײַ און סײַ פֿאַר דעם פֿערטן קאַנדידאַט. לויט מייזילן, ווען עס האָבן זיך געביטן די באַדינגונגען פֿון ייִדישן לעבן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, מעג ער בײַטן זײַן דעפֿיניציע פֿון אַ „קלאַסיקער.‟ נישט אַזוי האַלט דער באַוווּסטער בריטיש־אַמעריקאַנער שרײַבער, דראַמאַטורג און קריטיקער טי. עס. עליאָט וועלכער האָט געפּרוּווט דעפֿינירן דעם באַגריף „קלאַסיקער‟ אין אַן עפֿענטלעכן רעפֿעראַט אין יאָר 1944. אין פֿאַרגלײַך מיט נחמן מייזילס צוגאַנג באַשרענקט עליאָט די דעפֿיניציע פֿון אַ „קלאַסיקער,‟ און באַזײַטיקט איינעם פֿון די מער אָנגענומענע באַטײַטן פֿון באַגריף „קלאַסיקער,‟ מיט וועלכן עס באַנוצט זיך למעשׂה נחמן מייזיל. עליאָט באַטאָנט אַז דער באַגריף האָט פֿאַרשיידענע באַטײַטן וואָס ווערן אויסגעניצט דורך פֿאַרשיידענע שרײַבער. אייניקע פֿון זיי באַניצן זיך מיט דעם וואָרט „קלאַסיקער,‟ ווי נחמן מייזיל, למשל, כּדי אָנצוּווײַזן אויף אַן עקזעמפּלאַרן שרײַבער, נאָר כּדי צו באַטאָנען די גרויסקייט פֿון דעם מחבר, אָדער זײַן וויכטיקייט ווי אַ שרײַבער אין די געביטן פֿון זײַן שאַפֿן. עליאָטס רעפֿעראַט פּרוּווט אויסאַרבעטן אַ העכערע ליטעראַרישע דעפֿיניציע וואָס נעמט אין זיך אַרײַן אַן אָנצוהערעניש וועגן אַ שפּראַך, אַ ליטעראַטור און אַ קולטור וואָס זענען דערגאַנגען צו זייער הויכפּונקט פֿון צײַטיקײט.

טי. עס. עליאָט באַטאָנט אין זײַן רעפֿעראַט, אַז נאָר צוריקבליקנדיק אויף [נאָענטע] פֿאַרגאַנגענע דורות, נעמענדיק אין אַכט אַ היסטאָרישע פּערספּעקטיוו, קען מען אָנערקענען אַז אַ באַשטימטער שרײַבער איז אַ קלאַסיקער. הונדערט יאָר שפּעטער, ווען מיר באַטראַכטן, דורך אַ היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, ווערט בולט דער פֿאַקט אַז אָט דער יאָרהונדערט מוז צעטיילט ווערן אין צווייען: די ערשטע העלפֿט – ביז דער באַפֿרײַונג פֿון דעם יאָך פֿון דער נאַצי־הערשאַפֿט, און די צווייטע העלפֿט – אַ ייִדישע ליטעראַטור אָן דעם פֿאָלק וואָס ס’האָט איר געקאָרמעט, אַ דערמאָרדעטער ייִדישער אוניווערס.

אָט דער איבעררײַס וואָס די אומקום־תּקופֿה האָט גורם געווען אין דער געשיכטע פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, איז אַ היסטאָרישער פֿאַקט וואָס בײַט דעם מהלך פֿון דער געשיכטע בײַ ייִדן. דאָס איז אַ טראַוומע וואָס צעטיילט דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אין צוויי פֿאַרשיידענע טיילן. דער ערשטער טייל ביזן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ברענגט צו אַ טאָלק אַ מילענאַרע, אַ טויזנטיאָריקע תּקופֿה מיט אַ קולטור־געשיכטע וואָס קייטלט זיך ווי אַ ייִדישע גאָלדענע קייט.

די קולטור־געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד געפֿינט איר הויכפּונקט אין חיים גראַדעס שריפֿטן, סײַ אין זײַן פּראָזע און סײַ אין זײַן פּאָעזיע. גראַדע גיט זיך אָפּ מיטן באַשרײַבן אָט די גאָלדענע קייט פֿון אַ ייִדישן המשך, אין זײַן ליטעראַרישער ירושה געשאַפֿן אין דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, בכתבֿ און בעל־פּה. זײַן ציל – פֿאָרשטעלן שריפֿטלעך די ווערטן וואָס האָבן געפֿורעמט דאָס ייִדישע לעבן פֿון אַ פֿאַרניכטעטער ייִדישער קולטור. דאָס טוט ער אין זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן אויף אַ פֿילזײַטיקן אופֿן, אַרומנעמענדיק אַלע מעגלעכע אַספּעקטן פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע, און פֿון די פֿילפֿאַרביקע ייִדישע טיפּן מענטשן.

טאָמער זוכן מיר צווישן די ייִדישע שרײַבער פֿון 20סטן יאָרהונדערט ווער פֿון זיי פֿאַראייביקט אַמפֿולסטן דעם ייִדישן מילעניום וואָס האָט זיך אַזוי טראַגיש און רישעותדיק פֿאַרענדיקט אין 1945, מוז מען דערבליקן חיים גראַדען ווי אַן ערנסטן קאַנדידאַט פֿאַרן טיטל „קלאַסיקער.‟ גראַדע האָט מן־הסתּם טיף פֿאַרשטאַנען די קאָנסעקווענצן פֿון די סטיכישע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, די רעזולטאַטן פֿון נאַטוראַלע ווילדע מענטשלעכע כּוחות, וואָס זײַנען בכּוח צו פֿאַרניכטן אַ גאַנצע קולטור מיט אירע טרעגער. גראַדע שטעלט זיך אַנטקעגן און מיטן כּוח פֿון זײַן ליטעראַרישן טאַלאַנט לעבט ער אויף אַ וועלט וואָס איז חרובֿ געוואָרן, און פֿאַראייביקט אירע ווערטן מיטן כּוח פֿון זײַן פּען.

חיים גראַדע האָט אויפֿגעטאָן מיט זײַנע שריפֿטן דאָס וואָס די פֿריִערדיקע דרײַ קלאַסיקער האָבן פֿאַרפֿעלט. זיי האָבן נישט באַשריבן די וועלט פֿון בני-תּורה, רבנים און מוסר-ישיבות, און זיי האָבן נישט פֿאָרגעשטעלט טיפֿער דעם ייִדישן לעבן מיט זײַנע אַלערליי טיפּן פֿון זייער צײַט. גראַדע האָט אָט די ביידע אַספּעקטן ברייט באַשריבן און פֿאַרטיפֿט.

אין פֿאַרבינדונג מיט אַלע אויבן דערמאָנטע ליטעראַרישע אייגנשאַפֿטן וואָס זענען בכּוח צו פֿאַרפֿעסטיקן גראַדעס קאַנדידאַטור ווי דער פֿערטער קלאַסיקער, וואָלט מען באַדאַרפֿט אויסשטאַטן אַ סעריע בײַשפּילן פֿון זײַנע שריפֿטן, וועלכע באַווײַזן די ריכטיקייט פֿון אונדזער טענה. לאָמיר קאָנקרעט אָנרירן איינעם פֿון די אויבן דערמאַנטע אַספּעקטן אין חיים גראַדעס שאַפֿן, מיט גראַדעס אייגענע ווערטער און אַנאַליז, וווּ ער זאָגט זיך אַרויס וועגן ייִדישע שרײַבער ווי שלום אַש, אַנסקי און אַפֿילו י.ל. פּרץ:

„ייִדישע שרײַבער האָבן געשריבן וועגן בערדיקע ייִדן, וועגן רבנים, רביים […] זיי זײַנען געווען און געבליבן פֿרעמדע אין דער דאָזיקער וועלט. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט דורכן פֿענצטער, און באַשריבן אַ רבֿ, אַ רבי — אַזוי ווי מײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרײַנד שלום אַש האָט דאָס געטאָן. ביז ער האָט באַשריבן אַ רבין, אין זײַן באַרימטן ראָמאַן „דער תּהילים ייִד‟ [Salvation] וואָס אַז איר קוקט זיך גוט צו, איז דאָס אַן איבערגעטאָנענער פֿראַנציסקוס פֿון אַסיסי. איר קענט זען אַז זײַנע רביים און זײַנע רבנים וואָס ער האָט איבערהויפּט ניט געקענט, זײַנען אַזוי… פֿון זיי האָט ער געקענט גלײַך גיין צו זײַן קריסטוס־ראָמאַן. ער האָט קיין סך ניט געדאַרפֿט איבעראַרבעטן זיי. אַנסקי איז אויך געווען זייער פֿרעמד צו ייִדן און ייִדישקייט אַ סך יאָרן, אַ וווּנדערלעכער מענטש – איז דעריבער ווען ער האָט אַרײַנגעקוקט אין תּחום־המושבֿ, האָט ער געזען אַ ייִד און אַ חסידישן רבין, אין ראַם פֿון לעגענדע …און פֿון אים אויסגעוועבט דעם מיראָפּאָלער צדיק. פּרץ איז יאָ געווען אַ קענער פֿון דער וועלט, אָבער ער האָט זיך פֿון איר געהאַלטן זייער ווײַט. אַז ער האָט געזען אַ חסיד אויפֿן טראָטואַר, איז ער אַריבערגעגאַנגען אויפֿן צווייטן טראָטואַר. ער האָט געדאַרפֿט דאָס האָבן בלויז ווי סימבאָלן.‟

חיים גראַדע ווײַזט אָן אין זײַנע עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן פֿאַרן פּובליקום, אַז אַפֿילו די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן זיך באַצויגן צו דער רבנים־וועלט און צו רבנים, מיט שאַבלאָנישע טערמינען אָדער מיט אַ סימבאָלישן צוגאַנג, און קיין מאָל נישט מיט אַ מאָס פֿון ליטעראַרישן רעאַליזם. אַפֿילו וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרים זאָגט גראַדע: „וואָס שייך רבנים, מגידים, מלמדים, חזנים — איז מענדעלע זיי כּולל אונטערן נאָמען כּלי־קודש, און זידלט זיי אַלעמען — דער עיקר, די בטלנים.‟ דאָס גלײַכן באַטאָנט גראַדע ווען ער באַציט זיך צו דער געשטאַלט פֿון אַ רבֿ, ר’ יוזפֿל, בײַ שלום־עליכמען.

נאָך מער, חיים גראַדעס שאַרפֿע קריטיק וועגן געוואַלדיקן בלויז וואָס ער געפֿינט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון סוף 19טן און 20סטן יאָרהונדערט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז פֿאַרבונדן מיט אַ קולטור־היסטאָרישן פֿאַקט, וואָס ווערט פֿאַרנאַכלעסיקט אין אַלע זײַנע אַספּעקטן בײַ די ייִדישע שרײַבער, סײַ בײַ די קלאַסיקער, סײַ בײַ זײַנע בני־דור. גראַדע זאָגט זיך אַרויס טיף און ברייט וועגן דעם אַז ליטעראַריש פֿעלט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור דער בן־תּורה, דער רבֿ, די ישיבֿה, און זייער סבֿיבֿה. דאָס זײַנען אַספּעקטן פֿון ייִדישן גײַסטיקן לעבן וואָס חיים גראַדע אַליין באַשרײַבט אין דער לענג און אין דער ברייט אין זײַנע ליטעראַרישע שריפֿטן.

גראַדע ווערט נישט מיד צו באַטאָנען, אויף וויפֿל אָט דער בלויז באַעוולט דעם אמתן מהות פֿון גײַסטיקן ייִדישן לעבן. אין איינעם פֿון זײַנע רעפֿעראַטן אַנאַליזירט גראַדע אָט דעם מאָדנעם פֿענאָמען, וואָס לויט זײַן אײַנזען פֿאָדערט שוין יאָרן לאַנג אַ תּיקון, אשר למעשׂה ווערט פֿון אים אַליין פֿאַרריכט און באַקומט אַ תּיקון דורך זײַנע אייגענע פּאָעמעס און פּראָזע. גראַדע זאָגט זיך אַרויס וועגן דעם, שאַרף און קלאָר:

„ווען איר מישט די חורבן־ביכער, די יזכּור־ביכער, די פּינקסים, קומט איר צו אַ מאָדנעם אויספֿיר: כּמעט אַלע ביכער… וואָס איז דער צענטער פֿון די אַלע ביכער? יעדער בוך באַשרײַבט דאָך אַ שטעטל ביזן חורבן, און נאָך דעם די געשיכטע פֿון חורבן. וואָס איז דער צענטער אין יעדן בוך? מיט איינציקע אויסנאַמען, […] אין יעדן יזכּור־בוך איז דער צענטער דער בית־מדרש און דער רבֿ. ווי דער בית־מדרש איז דער צענטער פֿון שטעטל, און דאָס לעבן אַרום דעם רבֿ, מיטן רבֿ. דאָס איז דער צענטער […] איז אַז איך לייען דעם בוך, אַז איך זע דאָס… און קומען צו מיר מײַנע יונג־ווילנער חבֿרים, און זאָגן צו מיר: וואָס האָט דאָ אַן אומגליק געטראָפֿן מיט דיר? דו האָסט געלערנט אין ישיבֿה, ווי זאָגט מען, ביז צוויי און צוואַנציק יאָר […] און נאָך דעם האָסטו דורכגעוואַנדערט די גאַנצע וועלט, און דו האָסט מיטגעמאַכט די גאַנצע מלחמה… יע, נאָך דעם ווען דו ביסט אַוועק פֿון בית־מדרש ביסטו אַרײַנגעגאַנגען אין דער שרײַבער־גרופּע „יונג-ווילנע,‟ און דו ביסט דאָרטן געוואָרן אַ שטערן, און דו האָסט אָנגעשריבן פּאָעמען און לידער, און דו האָסט זיי געדרוקט, און מע האָט זיי איבערגעדרוקט אין דער גאַנצער וועלט, און נאָך דעם איז אויסגעבראָכן די מלחמה און דו ביסט דורכגעגאַנגען גאַנץ רוסלאַנד, אין אַלע שטעט פֿון רוסלאַנד, און דו האָסט געלעבט אין פּאַריז, און דו לעבסט אין ניו־יאָרק, און דו האָסט אויסגעוואַנדערט די גאַנצע וועלט — איז מער ניטאָ וועגן וואָס צו שרײַבן, אויסער וועגן … די עגונה, די קלויז און די גאַס … דער שולהויף … די ישיבֿה, און … וווּ איז די וועלטלעכע וועלט?!

דאָס איז די טענה וואָס מע האָט צו מיר, און וואָלט עס געווען בלויז די טענה וואָס זיי האָבן צו מיר, וואָלט איך אײַך דאָס ניט דערציילט. אָבער דאָס איז אַ טענה. דאָס הייסט אַז די אַלע ביכער, די „ביכלאַך,‟ ווי די פֿרומע זאָגן, די טרייף־פּסולע, ווילן פֿאָרשטעלן דאָס ייִדישע לעבן, אַז עס איז ניט געווען אַזוי אָפּהענגיק פֿון בית־מדרש. ס’איז געווען אַ בית־מדרש אויך. נאָר זי איז ניט געווען אָפּהענגיק פֿון… פֿרעג איך די קשיא: ווי זשע קומט עס וואָס די אַלע שרײַבער פֿון די יזכּור־ביכער, וועלטלעכע מענטשן על־פּי רובֿ שטעלן אין יעדן יזכּור־בוך דעם צענטער פֿון לעבן — דעם בית־מדרש? הייסט דאָס אַז עס איז יע געווען דער צענטער פֿון לעבן — דער בית־מדרש, און די געשיכטע פֿון דער וועלטלעכער ייִדישקייט, וואָס זיי זאָגן אַז זי ציט זיך אַזוי לאַנג… וואָס זי האָט פֿאַרכאַפּט אַזוי פֿול דאָס ייִדישע לעבן — איז ניט אמת …‟

חיים גראַדע דערמאָנט די יזכּור־ביכער פֿון פֿאַרניכטעטע ייִדישע שטעט און שטעטלעך אין אייראָפּע, נישט נאָר אין דעם אויבן דערמאָנטן פֿראַגמענט פֿון זײַנעם אַ רעפֿעראַט; ער קערט זיך צוריק צו דער טעמע אויך אין אַנדערע רעדעס זײַנע, ווי למשל בעת אַ בערגען בעלזען יזכּור־אַקאַדעמיע אין 1969 אין ניו־יאָרק. פֿון זײַנע ווערטער דאָרט, לערנען מיר אַרויס אויף וויפֿל גראַדע האָט געקענט דעם אינהאַלט פֿון צענדליקער יזכּור־ביכער וועלכע זײַנען שוין געשטאַנען אויף די פּאָליצעס פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן אין יענע יאָרן. דער פֿענאָמען געדרוקטע יזכּור־ביכער — אַרום נײַן הונדערט יזכּור־ביכער, לויט ווי עס ווערט אָנגעגעבן אין יד־ושם — האָט שוין אימפּאָנירט חיים גראַדען בײַם סוף פֿון די 1960ער יאָרן. חיים גראַדע איז אפֿשר דער ערשטער וואָס האָט באַמערקט דעם היסטאָרישן אמת וואָס ליגט באַהאַלטן צווישן די ייִדישע און העברעיִשע בלעטער פֿון די יזכּור־ביכער, אַן אמת וואָס ער אַליין איז געווען אַ טייל פֿון דעם, און האָט זיך געשטעלט ווי אַ שרײַבערישן ציל אויפֿצולעבן אין זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן.

דעם טויזנט־יאָריקן געקייטלטן המשך האָט גראַדע דערבליקט אין דער וועלט פֿון לערנען בײַ ייִדן, זײַענדיק, ווי געזאָגט, אַליין אַ טייל פֿון אָט דער וועלט, און אָנערקענענדיק אַז אין אָט דער וועלט ליגט דער גלײַכגעוויכט פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן. זײַן גײַסטיקע אָפּגעזונדערטקייט פֿון דער גרופּע שרײַבער פֿון יונג־ווילנע — זײַנע פּען־חבֿרים — געפֿינט איר אויסדרוק אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אין אויבן ציטירטן פֿראַגמענט דערמאָנט גראַדע בפֿירוש די טענות וואָס זײַנע יונג־ווילנער חבֿרים האָבן קעגן אים, אָנרופֿנדיק זײַן אָפּווײַכן ליטעראַריש פֿון זייער מאָדערניסטישן און סעקולערן סטיל שרײַבן — „וואָס האָט דאָ אַן אומגליק געטראָפֿן מיט דיר?‟. אַ סך פֿריִער, אין מיטן די 1930ער יאָרן, געפֿינען מיר אין איינעם פֿון זײַנע בריוו די זעלבע אָפּגעפֿרעמדקייט זײַנע פֿון די חבֿרים שרײַבער. די יונג־ווילנער וואָס זענען געבליבן בײַם לעבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, קומען דאָ מיט טענות צו גראַדען און וואַרפֿן אים פֿאָר הלמאַי ער — אַ מאָדערנער שרײַבער, אַן אָנגעזעענער חבֿר־שרײַבער פֿון יונג־ווילנע — סמייעט (דערוועגט זיך) מוותּר זײַן אויף די פֿילצאָליקע איבערלעבונגען וואָס ער האָט געטראָפֿן אין זײַן לעבן, סײַ אין מיזרח און סײַ אין מערבֿ, און זיך פֿאַרנעמען דווקא מיט עגונות, מיט בתּי־מדרשים, סינאַגאָגעס און ישיבֿות.

אויף אַזוינע טענות ענטפֿערט גראַדע קלאָר, אין אַ קורצן אַרײַנפֿיר צו זײַן ראָמאַן „די עגונה.‟ אין דעם אַרײַנפֿיר, אַנטוויקלט גראַדע איינעם פֿון זײַנע פּאָעטישע עיקר־פּרינציפּן, דערקלערנדיק אַז אָט דער ראָמאַן קומט אַרײַנפֿירן אַ תּיקון אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ ליטעראַטור וואָס באַציט זיך סטערעאָטיפּיש און פֿאַלש בײַם באַשרײַבן רבנים. גראַדע באַדויערט דעם פֿאַקט וואָס די ייִדישע ליטעראַטור פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערט איז נישט מסוגל צו געבן אַ רעאַליסטישן פּאָרטרעט פֿון די מינים רבנים וועמענס השפּעה אין ייִדישן לעבן האָט אַ האַפֿט. ער זאָגט צו אַז אין „די עגונה‟ ברענגט ער אַרײַן אַ תּיקון און שטעלט פֿאָר רבנים ווי די אמתע מנהיגים פֿון ייִדישן קהל. מיט זײַנע אייגענע ווערטער:

לויט מײַן מיינונג, האָט אונדזער ליטעראַטור בכלל ניט געגעבן קיין צו-עכטע אָפּשפּיגלונג פֿון דיינים און מורי-הוראות, וואָס זײַנען דורות-לאַנג געווען אונדזערע איינציקע גײַסטיקע מנהיגים. אָדער מען האָט זיי כאַראַקטעריזירט דורכאויס נעגאַטיוו, אונטער אַן אַלגעמיינער ביטולדיקער באַצייכענונג „כּלי-קודש‟; אָדער מען האָט זיי געשילדערט בלויז פֿון דרויסן, די בערד, די קאַפּאָטעס און די העוויות, אָבער ניט אויסגעטיילט קיין באַזונדערע טיפּן, ווי לויט אַ פֿאָרמולע, אַז „אַלע רבנים האָבן איין פּנים‟; אָדער מען האָט זיי אין גאַנצן אויסגעטאָן פֿון זייער גוף און אויסזען, כּדי זיי פֿאָרצושטעלן ווי סימבאָלן פֿון מעשׂים-טובים און פּערזאָניפֿיקאַציעס פֿון ריינע אידייען; אָדער זיי זײַנען געוואָרן העלדן פֿון דער לעגענדע; אָדער טעאַטראַלע פֿיגורן, דעקאָראַטיווע און פּאַטעטישע. (הקדמה צו „די עגונה‟, 1961)

אין זײַן הקדמה נעמט ער אויף זיך די אַחריות פֿאַר אַ רעאַליסטישער באַשרײַבונג פֿון אמתע רבנים־געשטאַלטן און זייער סבֿיבֿה, רבנים וועמען ער האָט פּערזענלעך געקענט און מיטגעלעבט מיט זיי אין ווילנע. נאָך מער, גראַדע באַנוגנט זיך נישט אין אָט דעם ראָמאַן מיט אַ באַשרײַבונג אין דער טיף פֿון צוויי סאָרטן רבנים, ער לעבט אויף אויך דעם ווילנער המון. גראַדע האָט אַ נטיה צו באַשרײַבן די ייִדישע מאַסע און וועגן דעם האָט ער ליב צו רעפֿערירן און באַשרײַבן.

אָט די דערגאַנצונג וואָס גראַדע ברענגט אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, נישט נאָר אין „די עגונה,‟ נאָר אויך אין אַ סך פֿון זײַנע ווערק, דערהייבן אים, און דערנענטערן אים צו דער מדרגה פֿון דעם פֿערטן קלאַסיקער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

איינער פֿון די שליסל־באַגריפֿן אין דער דעפֿיניציע פֿון טי. עס. עליאָט וועגן וואָס מיינט צו זײַן אַ קלאַסיקער, איז דער באַגריף רײַפֿקייט (צײַטיקייט). אַ שרײַבער וואָס איז מסוגל פֿאָרצושטעלן אַ קולטור־דערשײַנונג וואָס איז דערגאַנגען צו איר הויכפּונקט, איידער עס הייבט זיך אָן דער אונטערגאַנג.

די רבנים, בײַ חיים גראַדען אין זײַנע שריפֿטן, וועגן וועלכע ער שרײַבט: „דיינים און מורי־הוראות, וואָס זײַנען דורות־לאַנג געווען אונדזערע איינציקע גײַסטיקע מנהיגים,‟ זענען דערמאָרדעט געוואָרן פֿון דער נאַצישער בעסטיע צוזאַמען מיט אַלע ייִדן, און מיט זיי האָט זיך אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרענדיקט אַ טויזנט־יאָריקע קולטור־טראַדיציע פֿון אַ פֿאָלק וואָס איז פֿאַרשניטן געוואָרן דורך די קינדער פֿון אַ צעשטערערישער קולטור, ווי שלמה גיורא שהם רופֿט אָן דעם נאַציזם. דער טעווטאָנישער גאָט וואָטאַן, דער מיטאָלאָגישער אַרישער גאָט, דער גאָט פֿון מלחמה צוליב מלחמה, ווערט בײַ דער דײַטשער נאַצישער קולטור, דער אָנפֿירער פֿון איין שבֿט וואָס האַלט מלחמה קעגן אַלע אַנדערע שבֿטים; זײַן מאָראַל איז צעשטערן און פֿאַרברענען אַלץ וואָס געהערט נישט צו זײַן אייגענעם שבֿט.

חיים גראַדע האָט גענומען אויף זיך די אויפֿגאַבע צו זײַן דער רעסטאַווראַטאָר פֿון אַ וועלט וואָס היטלער האָט פֿאַרניכטעט, ווײַל יענע וועלט איז צײַטיק געוואָרן און האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ קולטור וואָס פֿאַראייניקט, און האָט אַן אוניווערסאַלע בשׂורה.

חיים גראַדעס איבערגאַנג פֿון פּאָעזיע צו פּראָזע, איז ענג פֿאַרבונדן מיטן אומקום פֿון אַ וועזנטלעכן טייל פֿון ייִדישן פֿאָלק בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. צווישן ביידע וועלט־מלחמות האָט דער פּאָעט חיים גראַדע נישט געשאַפֿן קיין פּראָזע־ווערק. אפֿשר דער וויכטיקסטער פּאָעט פֿון דער גרופּע „יונג־ווילנע,‟ האָט חיים גראַדע ממשיך געווען זײַן פּאָעטישן וועג אויך ווען ער איז פֿאַרוואַלגערט געוואָרן אין טיף רוסלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. פּראָזע האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ערשט נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרנומען און איבערגעלעבט דעם פֿאַקט פֿון אַ טאָטאַלן חורבן אין אייראָפּע. אויף אַזוי פֿיל איז ער געווען דערשיטערט, אַז ער האָט אָנגערופֿן מיט יאָרן שפּעטער, זײַן פּראָזע וואָס ער האָט געשאַפֿן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה „מײַן אייגענער יזכּור־בוך.‟ גראַדעס איבערגאַנג פֿון פּאָעזיע צו פּראָזע, איז ענג פֿאַרבונדן אויב אַזוי, מיט דער חורבן־תּקופֿה. מיט זײַנע אייגענע ווערטער:

„איך האָב אויך מײַן אייגענעם יזכּור־בוך, מײַן אייגענעם פּנקס. דאָס זײַנען מײַנע צען ביכער לידער און פּאָעמען, די געדרוקטע און נאָך ניט־געדרוקטע ביכער און דערציילונגען און ראָמאַנען. איך בין געוואָרן אַפֿילו אַ פּראָזאַיִקער. דאָס הייסט – איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פּראָזע בלויז צוליב דעם – כּדי איך זאָל זײַן פֿרײַער אין אַרויסברענגען אַלע פֿאַרגעדענקטע און פֿאַרשניטענע געשטאַלטן, וואָס האָבן מיך באַשוואָרן איך זאָל זיי מחיה־מתים זײַן. איר ווייסט זיכער אַלע, אַז די פּאָעטישע פֿאָרעם איז אַ געבונדענע, און לאָזט זיך אײַך אַזוי פֿרײַ ניט אויסדריקן ווי איר קענט זיך אויסדריקן אין פּראָזע. די וועלט וואָלט פֿאַר מיר געווען פּוסט און וויסט ווען איך קען אין דער דאָזיקער וועלט, כאָטש קינסטלעריש, נישט אויסלעבן און באַפֿעלקערן מיט די אַלע פֿאַרשוווּנדענע געשטאַלטן פֿון מײַנע היימישע געסלעך. זי וואָלט פּוסט, וויסט און פּוסט געווען פֿאַר מיר די גאַנצע וועלט… און וואָס איך זאָל נישט שרײַבן, בין איך בלויז מוסיף, גיב איך צו בלעטער צו מײַן ספֿר־הזכרונות. פֿאַר מיר איז דער חורבן ניט קיין דיכטערישע טעמע, וואָס אַ דיכטער לאָדט אויס פֿון זיך. ס’איז אויך ניט קיין קאָשמאַר פֿון וועלכן מע כאַפּט זיך אויף… פֿון אַ קאָשמאַר שטייט מען דאָך אויף… דער חורבן איז פֿאַר מיר עצם מעצמיי, מײַן גײַסטיקער רוקנביין, דאָס וועזנטלעכע פֿון מײַן לעבן, ווײַל איך בין אויפֿגעקומען אין דער ליטעראַטור, בעת די נאַצישע האָרדעס האָבן שוין געבושעוועט אין דײַטשלאַנד און היטלערס בלוטיקער שאָטן איז שוין געפֿאַלן אויף פּוילן.‟ Yehuda Blum

אין דער ייִדישער ליטעראַטור שטעקט אַ קאַפּיטל וואָס איך האָב אָנגערופֿן „הטרמת השואה‟ (דאָס פֿאָרגעפֿיל פֿון ייִדישן אומקום אין אייראָפּע), און וועגן דעם האָב איך געשריבן אין פֿאַרבינדונג מיט הלל צייטלין, יצחק קאַצענעלסאָן, אַהרן צייטלין, אורי־צבֿי גרינבערג און נאָך ייִדישע שרײַבער און פֿאָרשער. חיים גראַדע, ווי עס זעט אויס, איז אַ קאַנדידאַט וואָס דאַרף צוגעשטעלט ווערן צו אָט דער רשימה ייִדישע שרײַבער וואָס זענען געווען טעטיק צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין אייראָפּע. דער פֿאָרגעפֿיל פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע וואָס רוקט זיך אָן אויף די ייִדן אין אייראָפּע, איז אַ טעמע פֿאַר זיך, וואָס וואָלט באַדאַרפֿט אַנאַליזירט ווערן טיפֿער און ברייטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט. מע מוז באַטאָנען אַז אַזאַ מין פֿאָרגעפֿיל לאָזט זיך שפּירן אין חיים גראַדעס קאָרעספּאָנדענץ מיט ייִדישע שרײַבער, און אַפֿילו אין זײַנע שאַפֿונגען צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

חיים גראַדע איז, אויב אַזוי, נישט נאָר דער רעסטאַווראַטאָר פֿון אַ וויכטיקן אָפּשניט פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע — די וועלט פֿון בני־תּורה, ישיבֿה־לײַט, רבנים און דיינים פֿון איין זײַט, און ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר צוזאַמען מיט אַרומנעמיקע באַשרײַבונגען פֿון ייִדישן המון פֿון דער אַנדערער זײַט. חיים גראַדע איז אויך, ווי מע זעט פֿון זײַנע יוגנטבריוו, איינער פֿון די ייִדישע שרײַבער וואָס האָט מיטגעפֿילט און פֿאָרגעפֿילט די אָנקומענדיקע קאַטאַסטראָפֿע. דאָס קומט בולט אַרויס אין זײַנע בריוו צווישן ביידע וועלט־מלחמות און אין דער דראַמאַטישער פּאָעמע „חורבין‟ וואָס מיר האָפֿן אָפּצודרוקן צום ערשטן מאָל אין אַ באַזונדערן באַנד, מיט אַ געהעריקן אַרײַנפֿיר אַנאַליזירנדיק אָט די אומבאַקאַנטע מאַנוסקריפּטן זײַנע צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

וועגן דעם אַלעם זאָגט גראַדע אַליין עדות מיט די ווערטער: „זינט מײַנע ערשטע לידער און פּאָעמען זײַנען אַלע מײַנע דיכטערישע שאַפֿונגען געווען פֿול מיט שרעק און שוידער, מיט פֿאָרגעפֿיל פֿון ערבֿ חורבן.‟

חיים גראַדע האָט אַרײַנגעזאַפּט אין זיך די ליטעראַרישע ירושה פֿון מענדעלען, פּרצן און שלום־עליכמען. ווען דער געפּלאַנטער באַנד, „חיים גראַדע בעל־פּה,‟ אונטער דער בשותּפֿותדיקער רעדאַקציע מײַנער צוזאַמען מיט מרים טרין וועט אין אַ גוטער שעה דערשײַנען, וועט קלאָר ווערן אויף וויפֿל גראַדע איז געווען געקניפּט און געבונדן, און האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין די כּתבֿים פֿון די דרײַ קלאַסיקער.

אין חיים גראַדעס רעפּערטואַר ווי אַ רעדנער פֿאַר אַ ברייטערן פּובליקום, געפֿינען מיר אַז די טעמע: שרײַבער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווערט אַנטוויקלט סײַ בײַ די סוף פֿופֿציקער יאָרן פֿאַר אַן עולם פֿון ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, סײַ אין האַרוואַרד אוניווערסיטעט פֿאַר אַן אַקאַדעמישן פּובליקום אין באָסטאָן, אין די 1980ער יאָרן. גראַדע איז געווען מסוגל צו רעפֿערירן וועגן די דרײַ קלאַסיקער במשך פֿון מער ווי אַ גאַנצע שעה מיט אַ האַלבן — תּמיד מיט אַ פֿאַרגלײַכערישער פּערספּעקטיוו, אויף אַ הויכן ניוואָ. צום בײַשפּיל:

„מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה פֿון זײַן צײַט געזען דער עיקר […] די סאָציאַלע נויט, אומרעכט, אומוויסן, שרעק, אַבערגלויבן… און ווי אַ סך רוסישע און אייראָפּעיִשע שרײַבער פֿון זײַן צײַט, איז מענדעלעס אײַנשטעל געווען, אַז אַ שריפֿטשטעלער האָט אין לעבן אַן אויפֿגאַבע צו העלפֿן ענדערן די געזעלשאַפֿטלעכע אָרדענונג דורך זײַן אַ באַשולדיקער און אַ ריכטער. […] שלום־עליכם איז אויך דער שילדערער פֿון דער ייִדישער וואָך, אָבער אין גאַנצן אויף אַן אַנדער אופֿן ווי מענדעלע. ער איז ניט קיין אַראָפּרײַסער נאָר דער באַזינגער פֿון דער ייִדישער וואָך און פֿון וואָכעדיקן ייִדן. פֿון דעם קרעמערל, פֿון דעם אָרעמאַן, אָדער פֿריילעכן שנײַדערל, און פֿון די טומלדיקע באַריידעוודיקע וואָיאַזשאָרן — רײַזעלײַט. אין אַ פֿריִערדיקן פּעריאָד פֿון זײַן שאַפֿן, האָט אויך פּרץ געשילדערט די וואָכעדיקע ייִדן, אָבער זײַן העכסטע קינסטלערישע מדרגה האָט פּרץ דערגרייכט אין שילדערן די שבת־יום־טובֿדיקע ייִדן, בעת שלום־עליכמס העכסטע מדרגה איז דווקא בײַם שילדערן די וואָכעדיקע ייִדן.‟

אַזוי איז חיים גראַדע ממשיך ווײַטער און ווײַטער, במשך מער ווי אַ שעה, רעפֿערירנדיק אויף אַן אַבסטראַקטן פֿאַרגלײַכערישן סטיל. דאָס מיינט, לויט מײַן אײַנזען, אַז גראַדע האָט טיף פֿאַראייגנט די ליטעראַרישע ירושה פֿון די דרײַ קלאַסיקער, און איז אָן שום ספֿק באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון זייערע שריפֿטן.

אין טי. עס. עליאָטס אַרטיקל וווּ עס ווערט דעפֿינירט וואָס מיינט „אַ קלאַסיקער‟ טענהט ער אַז דער סוד פֿון אַ שטענדיק עקזיסטירנדיקן כּוח־היצירה פֿון אַ פֿאָלק, שטעקט אין דעם ניט־באַוווּסטזיניקן אויפֿהאַלטן דעם גלײַכגעוויכט צווישן דער טראַדיציע אין ברייטן זין פֿון וואָרט — אין דער קאָלעקטיווער פּערזענלעכקייט כּבֿיכול וואָס האָט זיך מאַטעריאַליזירט אין דער ליטעראַטור פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט — און דער אָריגינאַליטעט פֿון איצטיקן דור. אין דעם ליכט מעג מען זען חיים גראַדעס אויפֿטו. פֿון איין זײַט טונקט ער זיך אין דער טראַדיציע פֿון דער קאָלעקטיווער ייִדישער פּערזעלעכקייט און איר ליטעראַטור, און פֿון דער אַנדערער זײַט איז ער מחדש אין אַ צאָל געביטן, אין דער שפּראַך, אין סטיל, אין דער טעמאַטיק, אין די טיפּן וואָס ער באַשרײַבט — סײַ אין זײַן פּראָזע סײַ אין זײַן פּאָעזיע.

אויב מיר באַטראַכטן אַ קלאַסישע ליטעראַטור פֿון אַ קלאַסישן שרײַבער ווי חיים גראַדע, ווי אַ ווערטפֿולער אידעאַל, איז מין הדין ער זאָל פֿאַר אונדז אַנטפּלעקן און פֿאַרברייטערן גאַנצע וועלטן, און גלײַכצײַטיק האָבן אַ האַפֿט בבֿחינת אַ וועלט־ליטעראַטור. קען איך עדות זאָגן אַז בדידי הווה עובֿדא: אין יאָר 1985 בין איך אַוועקגעפֿאָרן קנעלן קורסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַן אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע. האָט מען מיר דאָרט פֿאָרגעלייגט לערנען מיט די סטודענטן אַ קורס וועגן אַ וועלט־ליטעראַטור, האָב איך פֿאָרגעלייגט צו לערנען אַ קורס וועגן חיים גראַדעס ייִדישע שריפֿטן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, און איך האָב צוגעגעבן אַז די ייִדישע ליטעראַטור ווערט געשאַפֿן אין פֿינף קאָנטינענטן — נישטאָ נאָך אַזאַ וועלט־ליטעראַטור.

דער קורס האָט זיך פֿאַרנומען מיט קורט לעוויאַנטס ענגלישער איבערזעצונג פֿון חיים גראַדעס „צמח אַטלאַס‟ [The Yeshiva]. אין קלאַס זענען געווען אַ דרײַ צענדליק תּלמידים — קאַטאָליקן, כינעזער, און אַ צוויי־דרײַ סטודענטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. גערעדט האָט מען וועגן חיים גראַדעס Academy of Law, דערקלערענדיק מיט דעם טערמין וואָס אַ ישיבֿה איז. גראַדעס „צמח אַטלאַס‟ אויף ענגליש האָט שטאַרק אויסגעהאַלטן בײַ די גויים. מעג מען אפֿשר זען אין דעם, דעם אוניווערסאַלן האַפֿט פֿון גראַדעס פּראָזע, און דווקא בײַ יונגע סטונדענטן.

אין חיים גראַדעס פּראָזע, דאַרף מען באַטאָנען, ווערט אַרויסגעהויבן אַ שלל פֿון מענטשלעכע טיפּן מיט זייערע שוואַכקײטן, באַגרענעצטע השׂגות, געפֿילן, מחשבֿות און שטעלונגען צום לעבן. בײַ גראַדען עקסיסטירן נאָר צוויי איינציקע עקזעמפּלאַרע געשטאַלטן: זײַן מאַמע וועלע און דער חזון־איש. די צוויי העלדן, און די ייִדישע טראַדיציע פֿון דורות, רעסטאַוורירן דעם גלײַכגעוויכט בײַ זײַן פֿאָלק מיט זײַן טויזנט־יאָריקער קולטור.

פֿון צווישן די שורות פֿון גראַדעס פּראָזע קוקט אויך אַרויס דער פּראָווינציאַליזם פֿון אַ דור וואָס האַלט אין איין פֿאַרלירן זײַנע ייִדישע אוניווערסאַלע ווערטן. דורך די שפּאַקולן פֿון אַזאַ פּראָווינציאַליזם מעג מען באַטראַכטן די טאָג־טעגלעכקייט און גײַסטיקע אויסגעלאָדנקייט פֿון דער רעאַליטעט בײַם ייִדישן פֿאָלק בעת דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. דעמאָלט קען מען באַמערקן אַ פֿונאַנדערגעפֿאַלענע אידענטיטעט בײַ ייִדן וואָס שטרעבט איבערצובויען און זיך צוצופּאַסן צום קאָלעקטיוו אויפֿן אָרט, אַנשטאָט זיך צו באַהעפֿטן מיט די ווערטן פֿון דעם קאָלעקטיוו פֿון פֿאַרגאַנגענע צײַטן.

אַזאַ פֿאַרמינערטער גאַנג פֿון די דורות, מיינט סײַ בײַ חיים גראַדעס פּראָזע סײַ בײַם אָבסערוואַטאָר פֿון ייִדנטום אין דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט ביז הײַנט צו טאָג, אַ באַוווּסטזיניקער, אָדער (נאָך ערגער) אַן אומבאַוווּסטער וויתּור אויף יעדער צוגעהעריקייט צום אויטאָריטאַטיוון מקור פֿון ייִדישקייט. אַזאַ אויטאָריטאַטיווער מקור בײַ ייִדן איז אײַנגעוואָרצלט אין דער תּורה־קולטור און אין דער דורותדיקער קייט פֿון אירע פּירושים, מיט וועלכע חיים גראַדע אָפּערירט סײַ ליטעראַריש, סײַ שפּראַכלעך, און סײַ אידעיִש אין אַלע זײַנע שריפֿטן.

אין די לעצטע הונדערט יאָר האָט מען באַטראַכט פֿאַרשיידענע ייִדישע שרײַבער ווי דער פֿערטער קלאַסיקער. אין דעם אַרטיקל באַטראַכטן מיר דער עיקר חיים גראַדעס זכות פֿאַר אַזאַ קאַנדידאַטור. אין עליאָטס אײַנזען איז פֿאַראַן אַ תּנאַי, אָן וועלכן אַ שרײַבער קען נישט אָנגערופֿן ווערן „קלאַסיקער.” אָט אַזאַ תּנאי באַשטייט אין געפֿינען יענעם באַזונדערן מאָמענט אין שרײַבערס שאַפֿן, וואָס באַלײַכט אַ קולטור מיט אַ באַזונדער אייגנאַרטיק ליכט, אַנדערש און כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אָט דער קולטור. עס איז קיין ספֿק נישט אַז די ייִדישע ליטעראַטור אָן גראַדען פֿינצטערט און פֿאַרלירט איר אייגנאַרטיקייט, וואָס אָנבאַלאַנגט ייִדן און ייִדישקייט אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט.

מקורים:

עליאָט 1944 – זעט די העברעיִשע איבערזעצונג פֿון טי. עס. עליאָטס ענגלישן רעפֿעראַט, איבערגעזעצט פֿון ישׂראל כּהן, “סופר קלאסי – מהו?”, אין: מאזניים, כרך יב (לה), חוברת ג (רג), שבט תשכ”א פברואר 1961, עמ’ 211- 222.

גראַדע (אַודיאָ 1) – רעקאָרדירטע רעפֿעראַטן פֿון חיים גראַדע צווישן די יאָרן 1958 ־ 1981, אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ירושלים. סיגנאַטורן: 4070, 4285, 4286, 4289, 4290, 4292, 4295, 4298. די דעשיפֿרירטע רעפֿעראַטן וועלן דערשײַנען אין אַ בוך: יחיאל שיינטוך און מרים טרין (רעדאַקטאָרן), חיים גראַדע בעל פה, (ווערט געגרייט צום דרוק), די ערשטע געדרוקטע אויסגאַבע פֿון חיים גראַדעס עפֿענטלעכע רעפֿעראַטן.

גראַדע (אַודיאָ 2) – צוויי רעקאָרדיקטע רעפֿעראַטן פֿון אַנדערע מקורים: 7981 אין דער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטריאָל, SD 366 אין ניו־יאָרק, געהאַלטן דעם 9טן דעצעמבער 1969 בעת אַ יזכּור אָוונט פֿון בערגען בעלזען. די דעשיפֿרירטע רעפֿעראַטן וועלן דערשײַנען אין אַ בוך: יחיאל שיינטוך און מרים טרין (רעדאַקטאָרן), חיים גראַדע בעל פה, (ווערט געגרייט צום דרוק), די ערשטע געדרוקטע אויסגאַבע פֿון חיים גראַדעס עפֿענטלעכע רעפֿעראַטן.

גראַדע (תיעוד בע”פ) כּתב-יד – דעשיפֿרירטע רעפֿעראַטן, דורך יחיאל שיינטוך, פֿון גראַדע (אַודיאָ 1) און פֿון גראַדע (אַודיאָ 2), דער כּתב־יד געפֿינט זיך אין אַרכיוו פֿון דבֿ-סדן-פּראָיעקט, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים. די אָפּשיקן אין אונדזער אַרטיקל, ווערן אָנגעוויזן לויט די זײַטלעך אין כּתב־יד.

מייזיל 1961 – נחמן מייזיל, “די דרײַ ייִדישע קלאַסיקער – מענדעלע מו”ס, שלום-עליכם און י.ל. פּרץ – און ווער איז דער פֿערטער?”, ייִדישע קולטור (ניו-יאָרק), נאָוועמבער 1961, זז’ 4- 9.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.