קאָכקלאַס אויף ייִדיש וועט פֿאָקוסירן אויף היימישע פֿרוכט־מאכליםYiddish cooking class will focus on traditional Ashkenazi fruit dishes
איוו יאַכנאָוויץ, די קעכין פֿון אַשכּנזישע מאכלים, וועט צוגרייטן פּאָטראַוועס געמאַכט פֿון פֿרוכטן און ניס וואָס זענען אין סכּנה פֿון פֿאַרגעסן ווערן.
איוו יאַכנאָוויץ, די באַקאַנטע גורמע־קעכין פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע פּאָטראַוועס און מיטשאַפֿער פֿון דער קאָכפּראָגראַם, „עסט געזונטערהייט‟, וועט געבן אַ מיני־קורס פֿון פֿינעף סעסיעס אויף ייִדיש, וועגן פֿרוכט־מאכלים וואָס זענען הונדערטער יאָרן געווען שטאַרק באַליבט בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אָבער זענען איצט אין סכּנה פֿון פֿאַרגעסן ווערן.
אינעם קורס, „זאַפֿטיק: די ייִדישע סודות פֿונעם צוגרייטן די פֿרוכט־מאכלים פֿון אַשכּנזישן לעבן, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר‟, וועט איוו ווײַזן ווי צוצוגרייטן כּלערליי פּאָטראַוועס געמאַכט מיט פֿרישע און געטריקנטע פֿרוכטן און ניס, אַרײַנגערעכנט טאָרטן, סאַלאַטן, זופּן און אַפֿילו טשאָלנט.
דער קאָכקלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן מיטוואָך פֿונעם 2טן פֿעברואַר ביזן 2טן מאַרץ, 4:00 ביז 5:30 ניו־יאָרקער צײַט. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO