נאָכדאָקטאָראַט־סטיפּענדיע אין ייִדיש בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעטYiddish postdoc fellowship available at Tel Aviv University
דער ציל פֿון דער סובסידיע איז צו מוטיקן נאָוואַטאָרישע פֿאָרשונגען וועגן דער ייִדיש־קולטור פֿון נעכטן און הײַנט.
דער אינסטיטוט פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען יונה גאָלדריך האָט געמאָלדן אַז ער נעמט איצט אָן אַפּליקאַציעס פֿאַר אַ צוויייאָריקער נאָכדאָקטאָראַט־חבֿרשאַפֿט אין ייִדיש־לימודים בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
דער אַפּליקאַנט דאַרף קענען לייענען פֿליסיק ייִדיש און קענען אַ גוטן אַקאַדעמישן ענגליש. דאָס רעדן פֿליסיק העברעיִש איז רעקאָמענדירט אָבער נישט קיין מוז.
דער ציל פֿון דער סובסידיע איז צו מוטיקן נאָוואַטאָרישע פֿאָרשונגען וועגן דער ייִדיש־קולטור פֿון נעכטן און הײַנט. אַפּליקאַנטן דאַרפֿן אַרויסווײַזן געניטשאַפֿט און שעפֿערישקייט בײַם פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור; דאַרף קענען לערנען אַ גראַדויִר־קלאַס פֿון ליטעראַטור פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און אַרויסווײַזן ממשותדיקן אַקאַדעמישן פּאָטענציאַל.
בפֿרט זוכט מען אַקאַדעמיקער וואָס נעמען אָן אַ פֿאַרגלײַכיקן צוגאַנג אין זייערע פֿאָרשונגען.
די פּאָזיציע וועט דויערן פֿון אָקטאָבער 2022 ביז יולי 2024 און דער סטיפּענדיאַנט וועט באַקומען אַ יערלעכע סטיפּענדיע פֿון 40,000$, ווי אויך בערך 7,000$ צו לערנען די קורסן און אַ פֿאָרש־ און טראַנספּאָרט־בודזשעט פֿון 3,500$.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט ורד סאַגי אויף דעם אַדרעס, yiddish1@tauex.tau.ac.il.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO