דער לעצטער פֿון די „אַלטע מירער תּלמידים‟ אין שאַנכײַ איז ניפֿטר געוואָרןThe last of the Mir Yeshiva students who hid in Shanghai has died
הרבֿ אַבֿרהם רעזניק איז געווען איינער פֿון 2,200 תּלמידים און רבנים וואָס האָבן זיך געראַטעוועט אין כינע.
הרבֿ אַבֿרהם רעזניק, דער לעצטער פֿון די אַזוי־גערופֿענע אַלטע מירער תּלמידים, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין קאָבע, יאַפּאַן און דערנאָך קיין שאַנכײַ, כינע, איז דינסטיק געשטאָרבן אין ניו־יאָרק. פּונקט ווי אַלט ער איז געווען איז נישט קלאָר ווײַל בײַם ראַטעווען זיך האָט מען אָפֿט געהייסן די תּלמידים אָנגעבן אַן אַנדער עלטער. מע האַלט אַז ער איז געווען צווישן 99 און 102 יאָר אַלט.
די נסימדיקע ראַטיר־אַקציע פֿון 2,200 מירער תּלמידים און רבנים איז, צום גרעסטן טייל, געווען אַ דאַנק דער אַרבעט פֿונעם יאַפּאַנישן קאָנסול אין קאָוונע, סעמפּאָ סוגיהאַראַ, וואָס האָט יעדן פֿון זיי באַזאָרגט מיט לעגאַלע פּאַסן צו פֿאָרן קיין יאַפּאַן. די מירער ישיבֿה איז געווען די איינציקע ישיבֿה וואָס האָט באַוויזן, ווי אַ גאַנצקייט, צו פֿאַרלאָזן ליטע במשך פֿונעם חורבן.
ווען די ישיבֿה־לײַט זענען אָנגעקומען קיין יאַפּאַן האָבן זיי דאָרט ממשיך געווען דאָס לערנען. דער דזשוינט און אַנדערע אויסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי געשיקט פֿינאַנציעלע שטיצע. מיט דער צײַט האָט די יאַפּאַנישע רעגירונג איבערגעפֿירט די ישיבֿה און די אַנדערע ייִדישע פּליטים וואָס האָבן זיך געפֿונען אין יאַפּאַן, קיין שאַנכײַ וואָס איז דעמאָלט געווען אין יאַפּאַנישע הענט.
לייענט מער וועגן דער פֿאַרכאַפּדיקער געשיכטע דאָ. הרבֿ רעזניק איז געבוירן געוואָרן אין בריסק, וווּ ער האָט געדאַוונט אין איינעם מיטן בריסקער רבֿ. דערנאָך איז ער אַריבער קיין באַראַנאָוויטש און לסוף איז אַרײַן אין דער מירער ישיבֿה. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, חתונה געהאַט און דערצויגן דרײַ זין. יאָרן לאַנג האָט ער געפֿירט אַ געפֿילטע פֿיש־געשעפֿט אין פֿלעטבוש, „מטעמים קייטערערס‟, און האָט בעת די ימים־נוראָים געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה אין דער מירער ישיבֿה אין ברוקלין. אין די לעצטע יאָרן האָט ער געוווינט בײַ זײַן זון אין סאַוט־פֿאָלסבערג, אין די קעטסקיל־בערג. הרבֿ רעזניק האָט פֿאַראָבֿלט צוויי זין, נחום און חיים, 21 אייניקלעך און צענדליקער אור־אייניקלעך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO