Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די חסידישע מעשׂה־ביכלעך פֿון מײַנע קינדעריאָרןThe Hasidic storybooks of my childhood

פֿון די ביכלעך האט דער מחבר נישט בלויז הנאה געהאַט צו לייענען די מעשׂיות, נאָר זיך אויך אַ סך אויסגעלערנט וועגן געזונט, געשיכטע און נאַטור.

(דער אַרטיקל איז געשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש)

עס האט מיר עמיצער אמאל געפרעגט, פון וואנעט קען איך כלערליי זאכן וועגן געזונט, היסטאָריע, נייעס, טבע (נאטור) אאַז״וו, האב איך געזאגט, פון היימיש אידיש לייען־מאטעריאל. יענער קוקט מיר אן מיט א פאר צינישע אויגן: „וואס? פון די פאר אידישע מעשה ביכלעך?”…

חסידישע אידישע מאטעריאלן פארמאגן טאקע נישט קיין גרויסן אויסוואל, אבער דאס וואס עס איז דא איז גענוג אנצופילן דעם קאפ מיט א סך אינהאלטסרייכע אינפארמאציע.

איך וועל אויסרעכענען אביסל פון די יידישע אינטערהאלטונגס מאטעריאל וואס מיר האבן געהאט צו די האנט אלס יונגע קינדער – מיט ארום צוואנציג דרייסיג יאר צוריק:

צו אלעם ערשטן, די צוויי וואכנשריפטן „דער שטראל‟ און די „בעלייכטונגען‟. דארטן האבן מיר געקענט לייענען הויפענעס היסטאריע, סיפורים, נאוועלעס, משלים און קורצע קרישקעלעך איבער וועלטליכע וואונדער. אין אמעריקע איז ארויסגעקומען דער „עונג שבת‟, רייך מיט חידות, רעצעפטן, עצות פארן שטוב, און שיינע עובדות פון צדיקים; די בית רחל מוסדות פון די סאטמערער האבן פארשפרייט זייער “אידישער קוואל‟ מיט זייער אייגענעם טעם און חן; די קארלינער האבן געהאט אן אויסגאבע וואס איז געווען זעלטן רייך מיט אידישע היסטאריע; חב”ד — די „שמועסן‟, ספעציעל וועגן טבע, געוויקסן און חיות. אויך בעלז, סקווירא, און באבוב האבן ארויס געגעבן אינווייניגסטע בלעטער און גליונות אויף אידיש רייך מיט ידועות.

די פּאָפּולערע סעריע, „שמועסן מיט קינדער און יוגנד‟, אַרויסגעגעבן פֿון חב״ד Image by Wikimedia Commons

אבער די רייכסטע אויסגאבע איז בלי ספק געווען דער „יפה בעתו‟. דאס איז געווען אן ענציקלאפעדיע פון טבע, חכמות, און היסטאריע. אויך די צייטונגען דער „איד‟ און „די צייטונג‟ האבן פארטייטשט א סך גוטע ווערק, אמאליגע און היינטיגע, אין צוגאב צו ביזנעס און געזונט־ארטיקלען. א נייער אור איז אנטשאנען מיטן ערשיינונג פון „מעלות‟ וואס האט אנגעהויבן אריין בלאזן א נייער חיות אינעם היימישן אידיש.

עד היום, ווייסט יעדער וואס לייענט א חסידישן אידיש וועגן דעם מחבר „מנחם מנדל‟, דער לעגענדארער נאמען הינטער יעדער „באבע מעשה‟. ביכער זענען פון אים ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן און בארייכערט די פאליצעס פון היימישן ספרים שאנק מיט סיפורי צדיקים און היסטארישע נאוועלעס. זײן סעריע פון לאנגע „שפאנענדע ערציילונגען‟ איז געווען לכתחילה אנגעשריבן אויף דייטש פונעם באקאנטן פרומען שרייבער, הרב ד״ר מאיר (מארקוס) לעהמאן, ווי אויך פֿון הרב מאיר ערהמאן, און אנדערע שרייבער — מעשיות פול מיט דראמע קאלירן, געבויט אויף די באקאנטסטע היסטארישע געשעענישן אין די אמאליגע גרויסע קעניגרייכן, און פון גרויסע אידישע קהילות. דאס אלעס האט מנחם מענדל געדרוקט מיט געפינטלטע גרויסע אותיות, געבנדיג די מעשיות א ספעציעלן טעם.

„סיפורים פון חז”ל‟ איז ארויס דורך אן אנדערן מנחם, מנחם געץ, אויכעט מיט געפינטלטע אותיות. אן אנדערע סעריע ביכער איז געווען די „ליכט שטראלן‟, וואס האט בארייכערט די ידיעות מיטן לעבן פונעם פארצייטישן קנאישער אידנטום אין ארץ ישראל און אין שטעטל.

„באר יהודה‟, א כל בו פאר יעדן יום טוב, פרקי אבות, און דער לעצטער חורבן, געדריקט אויף א הערליכער פארמאט — א גליסטעניש פאר די אויגן. „ספר ימים טובים‟ און „ספר הדורות‟, די געשיכטע פון די ימים טובים און אידישע תקופות. סענדער דייטש האט ארויסגעגעבן דריי דיקע בענדער, „די צווייטע וועלט מלחמה‟, ״די טיילונג און אונגארן‟, און אנדערע ביכער וועגן דער מאדערנער אידישער היסטאריע.

אין זיידנס בוידעם האט מען געטראפן אלטע ביכלעך פון אלע סיפורי חז”ל און דובנער מגידס משלים, דאס איז שוין אין אלטן יידיש, אויך תנ”ך און די אגדות (מעשה’לעך) פון חז”ל מיטן „פירוש עברי טייטש‟ האט בארייכערט אונזערע ידועות, אדער ווי אנדערע האבן עס גערופן „באבע טייטש‟. אלע טעמים.

אויסער לייען מאטריאל איז אוודאי אויך ערשינען אידישע קאסעטן, פון די באקאנסטע זענען געווען די סעריע ״שמע בני טעיפס״ דראמאטישע דערציילונגען פון חז”ל און צדיקים, הערליך און שפאנענד אראפ געלייגט. אנדערע באקאנטע קינדער טעיפס מיט סיפורים און משלים און לידער זענען געווען דורך די צוויי סקווירע חסידים, ר׳ ברוך אייזנבערג ז״ל און ר׳ זושע שמעלצער (אן עלטערער ברודער פון דעם שפעטעריגן פאפולערן ליפא). איבער אלעם האבן מיר הנאה געהאט פון די טעיפס פון די אידישע פארשטעלונגען, אזויווי יוסף שפיל, בוסתנאי, על נהרות בבל, די שפאנישע אינקוויזיציע, דער גולם פון פראג, און נאך צענדליגע אנדערע שפילן פארגעשטעלט אום פורים און חול המועד.

טאמער האט מען געלייענט אדער געהערט „אלעס‟ וואס ס’איז געווען צום באקומען אויף אידיש, איז מען באמת געבליבן מיט גרויסע אוצרות פון ידועות. עס האט זיך אפט געמאכט אז איין משפחה וועט קויפן „מעלות‟ מיט „דער איד‟, א צווייטער — „די צייטונג‟ מיט באלייכטונגען, א דריטער — ״יפה בעיתו״ מיט ״עונג שבת‟, די באבעווער, בעלזע, און סקווירער וועלן קויפן זייערע גליונות, „שערי ציון‟, „הצפון‟, און „אוצרות‟. די אויסגאבעס וועלן גיין פון האנט צו האנט, פון איין „לייענערישער‟ משפחה צו דער אנדערע, אדער קען איין ברייטהארציקער שכן קויפן אלעס, און די קארגע אדער שפארעוודיקע שכנים וועלן בארגן די אפגעניצטע. דאס זעלבע פאסירט מיט ביכער, אלעס גייט פון האנט צו האנט און קומט דערביי אן צו אלע לייענערס.

און דא ליגט דער פאראדאקס: דווקא צוליב דעם קליינעם אויסוואל איז דער דארשט צו לייען מאטעריאל גרעסער. מיט א צוואנציג – דרייסיג יאר צוריק, מיט יעדער ביכל „אין די אידישער שפראך‟ וואס האט זיך באוויזן ביים ספרים געשעפט פענסטער, איז געווען א ״שמחה אין שטעטל‟. האט מען געלייענט און איבערגעלייענט און געבליבן מיט רייכע אינפארמאציע אין קאפ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version