אין 2021 האָבן 10,000 מענטשן גערייניקט בית־עולמס אין פּוילן (מיט אוידיאָ)10,000 people helped clean up Jewish cemeteries in Poland in 2021 (includes audio)
צווישן די באַטייליקטע זענען געווען ייִדישע און נישט־ייִדישע וואָלונטירן, פּוילישע שולקינדער און מענטשן פֿאַרמישפּט צו אָבליגאַטאָרישער אַרבעט.
To listen to this article, click here.
אינעם יאָר 2021 האָבן מער ווי 10,000 מענטשן געהאָלפֿן אויפֿראַמען כּמעט 100 ייִדישע בית־עולמס איבער פּוילן, לויט אַ באַריכט פֿון דער „קאָאַליציע אויפֿצוהיטן בית־עולמס‟.
דאָס איז די גרעסטע צאָל מענטשן פֿון אַזאַ אַרבעט וואָס מע האָט אַ מאָל געזען אין פּוילן.
די „קאָאַליציע אויפֿצוהיטן בית־עולמס‟ איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַרלייגט אין 2020 כּדי צו העלפֿן קאָאָרדינירן די יחידים און אָרגאַניזאַציעס וואָס באַטייליקן זיך אין פּראָיעקטן צו רייניקן די בית־עולמס איבערן לאַנד.
די וואָלונטירן אַרבעטן אויף בית־עולמס אין צענדליקער שטעט, אַרײַנגערעכנט לאָדזש, וואַרשע, קעלץ, בענדין, טשענסטעכעוו, לאָמזשע, פּלאָצק, קאַטעוויץ און ווראָצלאַוו.
כאָטש אַ סך פֿון די וואָלונטירן טוען די אַרבעט ווײַל זיי גלייבן אין דער וויכטיקייט פֿון אַזאַ מיצווה, זענען אַ טייל פֿון זיי אַנגאַזשירט געוואָרן דאָס צו טאָן דורך אָפֿיציעלע אינסטאַנצן. אינעם לאָדזשער בית־עולם, למשל, וואָס איז דער גרעסטער אין לאַנד, פֿירט אַ פּאָליציאַנט, טאַדיוש אָלובעק, אָן מיט אַ פּראָיעקט צו רייניקן דעם בית־עולם, מיט מענטשן וואָס זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אָבליגאַטאָרישער אַרבעט. כּמעט יעדע וואָך, במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר, האָבן די אַרבעטער אַרויסגעריסן ווילד־וואַקסנדיקע ביימער, קוסטעס און אַנדערע געוויקסן, און האָבן שוין אויפֿגעראַמט כּמעט דעם גאַנצן בית־עולם פֿון בערך 45 העקטאַרן (בערך 111 אַקער). במשך פֿונעם יאָר 2021 האָט ער קאָאָרדינירט 40 אַזוינע רייניקונג־פּראָיעקטן.
בײַם צווייט־גרעסטן בית־עולם אין פּוילן — דעם גענשער בית־עולם אין וואַרשע (הײַנט באַקאַנט ווי דער בית־עולם אויף אָקאָפּאָווער גאַס), זענען הײַיאָר פֿאָרגעקומען 27 וואָלונטיר־איניציאַטיוון, אָרגאַניזירט פֿון מיכאַל לאַשקאָווסקי, דער גרינדער פֿון דער „קאָאַליציע אויפֿצוהיטן בית־עולמס‟. מער ווי 600מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער אַרבעט, ס׳רובֿ פֿון זיי — תּלמידים אין די וואַרשעווער שולן, וואָס האָבן יעדן זונטיק אַוועקגעשאַרט בלעטער און דערבײַ אויפֿגעדעקט מצבֿות. אויך בײַם קאַטעוויצער בית־עולם האָבן בערך 600 מענטשן געהאָלפֿן מיט דער רייניקונג־אַרבעט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO