Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי דער פֿאָרווערטס איז געוואָרן טייל פֿונעם נײַעם ספּײַדערמאַן־פֿילםHow the Forverts became part of the new ‘Spiderman’ movie universe

דאָס הומאָריסטישע קעפּל, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף ספּײַדערמאַנס אומקערן זיך, פֿרעגט: „איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן?‟

To hear this article as an audio, click here.

צווישן די פֿאָטאָגראַפֿיעס אין דער אַפּ פֿונעם נײַעם פֿילם, „ספּײַדערמאַן – מע קען שוין נישט אַהיימגיין‟, געפֿינט זיך איינע פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס.

אויפֿן בילד, זעט מען אַ שטענדער פֿון עטלעכע צײַטונגען מיט פֿיקטיווע קעפּלעך וועגן דעם באַקאַנטן סופּערהעלד, און דאָרט — צווישן די ענגלישע צײַטשריפֿטן — זעט מען אויך אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם געדרוקטן פֿאָרווערטס, מיטן הומאָריסטישן קעפּל, „איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן?‟.

דאָס בילד געפֿינט זיך נישט אין דער פֿאָטאָ־גאַלעריע פֿון דער אַפּ, נאָר צווישן די בילדער אינעם אָפּטייל, „פּיטער פּאַרקערס טעלעפֿאָן‟. (פּיטער פּאַרקער איז ספּײַדערמאַנס צווייטער איך, אַזוי ווי דער זשורנאַליסט קלאַרק קענט איז דער אַלטער־עגאָ פֿונעם העלד, סופּערמאַן.) מיט צוויי יאָר צוריק האָט אַ רעפּרעזענטאַנט פֿונעם פֿילם זיך טאַקע פֿאַרבונדן מיטן פֿאָרווערטס, זאָגנדיק אַז דער רעזשיסאָר וויל אַרײַננעמען אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס בײַם מאַכן פּירסום פֿאַרן פֿילם, אָבער מע האָט אונדז דעמאָלט נישט געוויזן ווי אַזוי דאָס וועט אויסזען.

הײַנט איז דער פֿאָרווערטס בלויז אַ דיגיטאַלישע צײַטשריפֿט, זעט מען שוין מער נישט קיין געדרוקטן פֿאָרווערטס אין די נײַעס־קיאָסקן. האָבן מיר דעריבער הנאה וואָס אַ בילד פֿונעם געדרוקטן פֿאָרווערטס — זאָל זײַן פֿון אַ פֿיקטיוון נומער — ווערט פֿאַרשפּרייט אין דער מעדיאַ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version