יודאַיִסטיק־פּראָפֿעסאָרין אַמעליע גלעזער געווינט פּריז אויף דזשאָרדאַן שניצערס נאָמעןJudaic Studies Professor Amelia Glaser wins Jordan Schnitzer Award
די פּרעמיע איז געווידמעט איר בוך וועגן לינקער ייִדישער פּאָעזיע וואָס באַשרײַבט דעם ראַסיזם קעגן אַנדערע אונטערדריקטע גרופּעס.
די וואָך האָט דער פֿאַרבאַנד פֿון יודאַיִסטיק געמאָלדן די געווינער און פֿינאַליסטן פֿון די „ביכער־פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָרדאַן שניצער‟ פֿאַרן יאָר 2021.
די יערלעכע פּרעמיע, וואָס מע האָט אָנגעהויבן אויסטיילן אין 2008, אָנערקענט און שטיצט די אַקאַדימישע פֿאָרשונגען אויפֿן שטח פֿון יודאַיִסטיק און באַערט די אַקאַדעמיקער וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אינטערעסאַנטע פֿאָרשאַרבעטן, סאָפֿיסטיצירטע געדאַנקען, אינאָוואַטיווע מעטאָדן און אַ טאַלאַנט צום שרײַבן. די געווינער באַקומען אַ פּריז פֿון ,$10,000 און די פֿינאַליסטן — $2,500.
די פּרעמיע ווערט געשטיצט דורך דזשאָרדאַן און אַרלין שניצער.
צווישן די הײַיאָריקע געווינער איז אַמעליע גלעזער, אַ יודאַיִסטיק־פּראָפֿעסאָרין בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין סאַן־דיעגאָ, פֿאַר איר בוך, „לידער אין פֿינצטערע צײַטן: ייִדישע פּאָעזיע פֿון קאַמף, פֿון סקאָטסבאָראָ ביז פּאַלעסטינע‟, וועגן די לינקע ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן באַשריבן ראַסיזם קעגן ניט־ייִדישע גרופּעס.
אין זײַן רעצענזיע וועגן גלעזערס בוך, האָט מיכאַיִל קרוטיקאָוו ציטירט איר אָבסערוואַציע אַז די פּאָעטן האָבן אָפֿט געניצט ייִדישע באַגריפֿן צו באַמאָלן ראַסיסטישע געשעענישן ווי, למשל, דאָס וואָרט „פּאָגראָם‟ אין שײַכות מיטן לינטשערײַ פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. “זײער צװעק איז געװען צו אַגיטירן זײערע לײענער און דערמוטיקן זײ צו אַקטיװער פּאָליטישער טעטיקײט,” האָט קרוטיקאָוו געשריבן.
גלעזערס פֿאָרשאַרבעט אין אַלגעמיין נעמט אַרײַן רוסישע ליטעראַטור און קינאָ, טראַנס־נאַציאָנאַלע ייִדישלעכע ליטעראַטור, די אוקראַיִנישע ליטעראַטור און אַמעריקאַנער אימיגראַציע־ליטעראַטור. די טעג שרײַבט זי וועגן דער הײַנטיקער פּאָעזיע און טעאַטער אין אוקראַיִנע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO