ווידעאָ: אַהרן לעבעדעף זינגט „גוד־בײַ, ניו־יאָרק‟VIDEO: Aaron Lebedeff sings “Good-bye, New York”
אַ ייִד, אַנטוישט איין אַמעריקע בעת די יאָרן פֿון דער פּראָהיביציע, פֿאָרט צוריק אין זײַן שטעטעלע.
אָט איז אַ ווידעאָ פֿונעם באַרימטן ייִדישן אַקטיאָר און זינגער, אַהרן לעבעדעף — צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ליד, „רומעניע, רומעניע.‟
דאָ זינגט ער וועגן אַ ייִד אין אַמעריקע וואָס פֿאָרט צוריק קיין מיזרח־אייראָפּע, אין זײַן היים־שטעטל מאָראָזאָווקע. ער זינגט: „איך בין מוחל די באַרלעך, וואָס מע פֿילט ערשט פֿאַר אַ מײַל‟. פֿון די ווערטער פֿאַרשטייט מען שוין גלײַך, אַז אַהרן לעבעדעף זינגט וועגן די שווערע צײַטן – סוף 1920ער אָדער אָנהייב 1930ער יאָרן, ווען די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע איז געווען אויף צרות, אַ סך מענטשן האָבן נישט געהאַט קיין פּרנסה, און די בעלי־בתּים פֿון די באַרן האָבן איבעראַל געברײַט אומלעגאַלע אַלקאָהאָל־געטראַנקען.
טאַקע אַזוי. לעבעדעף האָט געזונגען דאָס ליד אין 1928, ווי אַ טייל פֿון דער אָפּערעטע „גן־עדן פֿאַר צוויי‟. די שורה וועגן די „באַרלעך‟ האָט מיר דערמאָנט אינעם היסטאָרישן באַר־טעאַטער אויף דער מאַרק־גאַס, אינעם דרום־מיזרחדיקן מאַנהעטן. אינעם קעלער געפֿינט זיך דאָרט אַ קליינער מוזיי פֿון אומלעגאַלער ברײַערײַ. אינעם זעלבן בנין האָט אַמאָל געוווינט דער גרויסער רעוואָלוציאָנער לעאָן טראָצקי (לייב בראָנשטיין).
אינעם דרום־מיזרחדיקן מאַנהעטן זענען, אַוודאי, פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע היסטאָרישע ערטער. אין דער צײַט, ווען דער קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי האָט געשאַפֿן די מוזיק פֿון דער אָפּערעטע און יעקבֿ דזשייקאָבס (יאַקובאָווסקי) – די ווערטער פֿונעם ליד, איז עס געווען סײַ אַ באַרימטע ייִדישע טעאַטראַלע געגנט, סײַ אַ גרויסער צענטער פֿון ראַדיקאַל־לינקער פּאָליטיק. למשל, די באַוווּסטע אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַן איז פֿון דאָרטן אַוועקגעפֿאָרן צוריק קיין רוסלאַנד, צוזאַמען מיט איר חבֿר און אומאָפֿיציעלן מאַן אַלכּסנדר בערקמאַן, אינעם יאָר 1919. להיפּוך צום העלד פֿון אונדזער ליד, האָט זי לאַוו־דווקא געוואָלט אַוועקפֿאָרן: גאָלדמאַן און בערקמאַן זענען אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה און דעפּאָרטירט געוואָרן צוליב זייער ראַדיקאַלער טעטיקייט.
אין לעבעדעפֿס ליד איז נישטאָ קיין וואָרט וועגן פּאָליטיק אָדער דעם טעאַטראַלן באָהעמישן לעבן, אָבער עס שפּירט זיך בולט אָן דער אומרויִקער גײַסט פֿון יענער תּקופֿה. דער זינגער און אַקטיאָר אַליין האָט זיך, פֿאַרקערט, אַריבערגעפּעקלט קיין אַמעריקע אין 1920. פֿריִער, נאָכן אָפּדינען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אין דער רוסישער אַרמיי ווי אַ מיליטערישער מוזיקער, האָט ער געוווינט אין כינע. דער וואַנדער־גײַסט אין פֿאַר אים נישט בלויז אַן אַקטיאָרישע ראָלע, נאָר אַ טייל פֿון זײַן אייגן לעבן.
דאָס שטעטל מאָראָזאָווקע קלינגט קאָמיש; אויף רוסיש מיינט „מאָראָז‟ – פֿראָסט. דער פּערסאָנאַזש פֿון דער אָפּערעטע, הייסט עס, פֿאָרט צוריק אין עפּעס אַ פֿראָסטיק אָרט, וווּ עס וועלן אים באַגריסן די קרייענדיקע הענער, און די באָבע וועט אים „קיצלען דאָרט שיין‟. אין אוקראַיִנע זענען פֿאַראַן, צום ווייניקסטן, דרײַ שטעטלעך און דערפֿער מיט אַזאַ נאָמען, וווּ עס האָבן טאַקע געוווינט ייִדן. ס׳איז שווער צו זאָגן, וואָסערע מאָראָזאָווקע האָט אָלשאַנעצקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, געהאַט אין זינען.
אַזוי ווי לעבעדעף, האָט אָלשאַנעצקי אָפּגעדינט ווי אַ רוסישער אַרמיי־מוזיקער אין כאַרבין, כינע, בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. דערנאָך האָט ער דאָרט געאַרבעט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט פֿון אַן אָרטיקן ייִדישן טעאַטער. געגרינדעט ווי אַ רוסישע שטאָט אין 1898, האָט כאַרבין אַ רײַכע ייִדישע אימיגראַנטישע געשיכטע – אין געוויסע אַספּעקטן ענלעך צו דרום־מאַנהעטן. ממילא, איז פֿאַר אָלשאַנעצקין די טעמע פֿון נסיעות אַרום דער וועלט אויך נישט געווען פֿרעמד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO