Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סטיווען „שמואל“ שפּילבערגס ריזיקע מתּנה פֿאַר דער ייִדיש־וועלטSteven “Shmuel” Spielberg’s epic contribution to Yiddish culture

אַ דאַנק דעם רעזשיסאָר וואָס ווערט די וואָך 75 יאָר אַלט זענען הײַנט מער ווי 12,000 ייִדישע ביכער צוטריטלעך צו יעדן איינעם, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

דעם 18טן דעצעמבער װעט מען פּראַװען דעם 75סטן געבוירן־טאָג פֿון דעם אָנגעזעענעם פֿילם־רעזשיסאָר, סטיװן שפּילבערג. כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם בעל־יובֿל װעלן ליבהאָבערס פֿון זײַנע װערק קוקן אויף זײַנע הויך־געשעצטע פֿילמען, צװישן זיי — The Color Purple (דער קאָליר פּערפּל), Jaws (קײַערס), און E.T. the Extra-Terrestrial (ח′′פּ דער חוץ־פּלאַנעטיקער). אַנדערע װעלן גיין אין קינאָ זען זײַן שפּאָגל נײַע שאַפֿונג, די צװייטע פֿילם־באַאַרבעטונג פֿון דער מוזיקאַלישער דראַמע, West Side Story (אַ מעשׂה פֿון דער מערבֿ־זײַט).

בײַ ייִדיש־לייענערס איבער דער וועלט איז שפּילבערגס געבוירן־טאָג אָבער אַ געלעגנהייט צו באַטאָנען אַן אַנדער גרויסן אויפֿטו זײַנעם. אַ דאַנק זײַן ברייטהאַרציקער פֿינאַנציעלער שטיצע קען מען הײַנט אַראָפּלאָדן פֿון דער אינטערנעץ העכער צוועלף טויזנט ייִדישע ביכער.

דאָ רעדט זיך אַוודאי וועגן דער ריזיקער זאַמלונג דיגיטאַליזירטע ייִדישע ביכער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס וואָס יעדער איבער דער וועלט קען אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. ס׳רובֿ פֿון די ביכער זענען מער נישט אין דרוק, איז די אָ דיגיטאַלישע ביבליאָטעק אָפֿט מאָל דער איינציקער אופֿן ווי מענטשן קענען די ביכער באַקומען און לייענען.

אין 1998 האָט שפּילבערג געשאָנקען דעם ייִדישן ביכער צענטער אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר כּדי צו שאַפֿן „די דיגיטאַלישע ייִדישע ביבליאָטעק א′′ן שמואל שפּילבערג‟, ווי אַ טייל פֿון זײַן וועלטבאַרימטן פּראָיעקט, „די פֿונדאַציע לכּבֿוד די צדיקים‟, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1995, ניצנדיק אַ טייל פֿון די פּראָפֿיטן פֿון זײַן פֿילם װעגן דעם חורבן, Schindler’s List (שינדלערס רשימה), וואָס איז אַרויס אין 1993.

די ביבליאָטעק אַנטהאַלט סקאַנירטע ביכער פֿון כּלערליי סאָרטן, אַרײַנגערעכנט ראָמאַנען און קאָכביכער, פּאָעזיע און פֿילאָלאָגיע, ספֿרים און קינדערביכלעך. זי נעמט אַרײַן ווערק פֿון די קלאַסיקערס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך פֿון אומבאַקאַנטע גראַפֿאָמאַנען, אַרויסגעגעבן אין קראָקע, קאַראַקאַס, קליװלאַנד און אַ צאָל אַנדערע שטעט איבער דער וועלט.

װען די זאַמלונג איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אָנלײַן אין 2009, האָט מען דעמאָלט באַמערקט, אַז דאָס איז מסתּמא צום ערשטן מאָל װאָס ס׳רובֿ פֿון אַ גאַנצער ליטעראַטור פֿון אַ געוויסער שפּראַך איז דיגיטאַליזירט געוואָרן און דערבײַ געוואָרן צוטריטלעך און פֿרײַ פֿון אָפּצאָל פֿאַר אַלעמען. דאָס אַרויפֿשטעלן די אַלע ביכער אָנלײַן האָט דערמעגלעכט לייענערס און סטודענטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך איבער דער װעלט זיך צו לערנען ווײַטער פֿון די ביכער, ניצן זיי אויף פֿאָרשאַרבעט אָדער לייענען זיי, סתּם ווי אַ פֿאַרווײַלונג.

צװישן די װאָס האָבן עד־היום הנאה פֿון דער זאַמלונג ביכער איז סיידי גאָלד־שאַפּיראָ, אַ לערער און מוזיקער פֿון נאָרטהעמפּטאָן, מאַסאַטשוסעטס, װאָס האָט געפֿונען אויף די „אָנלײַן־פּאָליצעס‟ פֿון דער ביבליאָטעק אַזעלכע זעלטנקייטן װי דיאַגראַמען פֿון די צװעלף מזלות און װעגװײַזערס צו טרעפֿערײַ. די דאָזיקע אַרטיפֿאַקטן האָב איך שפּעטער אַרײַנגעבראַכט אינעם צענטערס לערנבוך „אין איינעם‟, און געשריבן צו זיי געניטונגען כּדי צו לערנען די צוקונפֿטיקע צײַט, װען איך מיט גאָלד־שאַפּיראָ האָבן ביידע געדינט װי סטיפּענדיאַנטן בײַם צענטער, איך — װי אַ מיטשרײַבער פֿונעם לערנבוך.

„עס איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, װי צוטריטלעך עס זענען די מאַטעריאַלן,“ האָט גאָלד־שאַפּיראָ געזאָגט וועגן איר ערשטן וויזיט אין דער שפּילבערג־ביבליאָטעק. „דאָס ניצן די אָנלײַן־ביבליאָטעק האָט בײַ מיר אַרויסגערופֿן ממש דאָס זעלבע געפֿיל פֿון שפּאַצירן איבער אַן אמתער ביבליאָטעק ווי אויך די פֿרייד פֿון וויסן אַז איך בין אַ מאָל צװישן די ערשטע מענטשן צו עפֿענען אַ געוויס בוך.“

שפּילבערגס פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן ביכער צענטער האָט זיך, אין דער אמתן, אָנגעהויבן עטלעכע יאָר פֿאַר 1998. זײַן פֿונדאַציע האָט שוין געהאַט געשאָנקען 250 טויזנט דאָלאַר צו העלפֿן בויען דעם בנין פֿונעם ביכער־צענטער, װאָס האָט זיך געעפֿנט אין יאָר 1997. אינטערעסאַנט איז, אַז די מענטשן פֿאַרבונדן מיט שפּילבערגס פֿונדאַציע האָבן אַליין זיך געוואָנדן צום צענטער, און נישט דער צענטער צו זיי. די פֿונדאַציע האָט געװאָלט אונטערשטיצן אָרגאַניזאַציעס מחוץ דער טיפּישער פּאַנאָראַמע פֿון אַלגעמיינע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

אָבער ווי נאָר מע האָט געבויט דעם בנין מיט דער גרויסער ביבליאָטעק, האָט מען אַנטדעקט אַ צרה: אָפֿט מאָל, ווען געסט האָבן זיך געדרייט צװישן די טויזנטער בענד דאָרט, האָבן זיי געװאָלט קויפֿן געוויסע פֿון זיי, אָבער מע האָט זיי געמוזט זאָגן ניין, פּשוט ווײַל עס זענען נישט געווען גענוג עקזעמפּלאַרן, אָדער ווײַל די ביכער זענען נישט געווען אין אַ גוטן צושטאַנד. איז דער צענטער געקומען צום אויספֿיר: דער איינציקער אופֿן ווי מע קען מאַכן די ביכער צוטריטלעך צום ברייטן עולם איז זיי אַלע צו דיגיטאַליזירן.

אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם צענטער, האָט זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט דער שפּילבערג־פֿונדאַציע, און דאָס מאָל האָט די פֿונדאַציע געגעבן דעם צענטער אַ בײַשטײַער פֿון אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר צו דיגיטאַליזירן די ביכער — אַ מתּנה װאָס לאַנסקי באַשרײַבט מיט איין װאָרט: „װיזיאָנעריש.“ דאָס איז געווען די ערשטע מתּנה פֿאַרן פּראָיעקט וואָס האָט לסוף געקאָסט אַרום 5 מיליאָן דאָלאַר. ווי אַן אויסדרוק פֿון דאַנק האָט לאַנסקי באַשלאָסן אָנצורופֿן די ביבליאָטעק אויף שפּילבערגס נאָמען.

אינטערעסאַנט איז וואָס במשך פֿון די אַלע פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער שפּילבערג־פֿונדאַציע האָט לאַנסקי קיין מאָל אַפֿילו נישט גערעדט מיט שפּילבערגן אַליין. ערשט מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דער רעזשיסאָר פֿאַרבעטן לאַנסקין קומען קיין קאַליפֿאָרניע זיך צו טרעפֿן מיט אים. די טרעפֿונג איז פֿאָרגעקומען אין דער שיינער שפּאַנישלעכער „אַסיִענדאַ“ װאָס דינט פֿאַר דער הויפּטקװאַרטיר פֿון שפּילבערגס פֿילמפֿירמע, „אַמבלין“, אויפֿן הינטערפּלאַץ פֿון „אוניװערסאַל־סטודיעס“.

בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס, האָט לאַנסקי דערציילט אַז פֿאַר זײַן טרעפֿן זיך מיט אַזאַ אָדם־גדול האָט זײַן װײַב, גייל, אים געראָטן נישט צו טראָגן זײַנע געװיינטלעכע גומעשיך אויף דער זיצונג. האָט לאַנסקי אָנגעטאָן אַ פּאָר לעדערנע שיך, פֿריש אָפּגעפּוצטע. אָבער אַ חידוש — װען לאַנסקי איז אַרײַן צו שפּילבערגן אין ביוראָ, האָט דער רעזשיסאָר טאַקע געטראָגן דעם זעלבן סאָרט גומעשיך װאָס לאַנסקי האָט געהאַט איבערגעלאָזט אין האָטעל. באותו־הרגע האָט ער זיך דערפֿילט היימיש מיט אָט דעם „מענטשלעכן“ ייִד, זאָגט לאַנסקי.

„געוויסע מפֿורסמים זענען אין גאַנצן צעטראָגן װען מע רעדט מיט זיי, אָבער נישט שפּילבערג“, האָט לאַנסקי געזאָגט. „ער האָט זיך צוגעהערט צו יעדן װאָרט, מיט אַן ערנסטן אינטעלעקטועלן נײַגער.“

אַזאַ נײַגער האָט פֿאַרכאַפּט אויך די אָן אַ שיעור ניצערס פֿון דער דיגיטאַלישער ביבליאָטעק אויף זײַן נאָמען. ביז איצט האָט מען אַראָפּגעלאָדן טעקסטן פֿון דער ביבליאָטעק כּמעט פֿינעף מיליאָן מאָל, לויט לאַנסקין. במשך פֿון דער פּאַנדעמיע, אַפֿילו אַז דער בנין איז געװען פֿאַרמאַכט, האָט דער פּערסאָנאַל פֿונעם צענטער — צװישן זיי די ביבליאָטעקערין פֿון דיגיטאַלישע פּראָיעקטן, אַמבער קענער קלוני — זיך שטאַרק באַמיט אַז די ביבליאָטעק זאָל בלײַבן צוטריטלעך אָנלײַן די גאַנצע צײַט.

צוליב דעם וואָס מענטשן זענען במשך פֿון דער מגפֿה געבליבן אין דער היים און אויך אַ דאַנק אַ נײַעם טעכנאָלאָגישן מכשיר, Jochre — געשאַפֿן פֿונעם קאָמפּיוטער־לינגװיסט אַסף אוריאלי, קען דער לייענער איצט געפֿינען גאַנצע טעקסטן פֿון די ביכער אין אַן אויגנבליק. ווי אַ פּועל־יוצא האָט זיך דער באַניץ פֿון דער ביבליאָטעק ממש פֿאַרטאָפּלט.

לאַנקסי געדענקט אַז אַגי לעגוטקאָ, די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין בײַ קאָלומביע־אוניװערסיטעט, האָט אים דערציילט אַז גלײַך נאָך דעם װי מען האָט לאַנצירט Jochre איז זי צוויי וואָכן לאַנג קוים געשלאָפֿן, אַרײַנקלאַפּנדיק טויזנטער זוכװערטער און איבערבלעטערנדיק די רעזולטאַטן טאָג און נאַכט.

דזשאַקלין גראַניק, אַ לעקאָטרין פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע בײַ קאַרדיף־אוניװערסיטעט אין װיילס, ניצט די ביבליאָטעק סײַ צוליב אַקאַדעמישע צװעקן, סײַ צוליב פּערזענלעכע. זי האָט באַקומען נײַע פּערספּעקטיװן לייענענדיק די ביכער בעת זי האָט געפֿאָרשט מאַטעריאַלן פֿאַר איר אייגן בוך,„דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער הומאַניטאַריזם בעת דער עפּאָכע פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה“. זי ניצט די ביבליאָטעקן אויך כּדי צו געפֿינען קינדערביכלעך פֿאַר אירע צװיי טעכטער, װעמען זי האָדעװעט אויף ייִדיש. זי דרוקט אָפּ די ביכלעך פֿון דער אָנלײַן־ביבליאָטעק, בינדט זיי אײַן אין אַ לאָקאַלער קראָם, און לייענט זיי פֿאָר די קינדערלעך בײַם שלאָפֿן גיין.

„אַ מאָל בלעטער איך דורך דער שפּילבערג־ביבליאָטעק סתּם אַזוי, אָן אַ פּלאַן, אָבער מיטן קוקווינקל פֿון אַ היסטאָריקער און אַ מאַמען,“ האָט זי צוגעגעבן.

פֿיליפּ שװאַרץ, אַ פֿאָרשער פון דער ייִדישער ליטעראַטור אין װראָצלאַװ, פּוילן, אַרבעט אויך װי אַ לערער, און ניצט די רעסורסן צוליב פּעדאַגאָגישע צװעקן. „אַז איך דאַרף, למשל, אַ דערצײלונג צי אַ ליד לכּבֿוד יום־טובֿ פֿאַר אַ ייִדיש־קורס װאָס איך לערן, גיב איך צוערשט אַ קוק אין דער שפּילבערג־ביבליאָטעק.“

מאָטל דידנער, דער געהילף־קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, האָט געזאָגט אַז די דיגיטאַלישע ביבליאָטעק „איז איינער פֿון די װיכטיקסטע רעסורסן װאָס מיר האָבן הײַנט בײַם ייִדישן טעאַטער. מיר האָבן געפֿונען עטלעכע טעקסטן אין דער ביבליאָטעק װאָס מיר האָבן באַאַרבעט אויף דראַמאַטישע פֿאָרלייענונגען און אויפֿפֿירונגען ווי, למשל, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדנס ‘די כּישוף־מאַכערין’, חוה ראָזענפֿאַרבס ‘דער פֿויגל פֿון געטאָ’, און עטלעכע פּיעסעס פֿון ה. לייװיקן.“ דידנער און זײַנע מיטאַרבעטערס גייען אָפֿט „אויף געיעג“, דאָס הייסט, אינעם װוּנדערװאַלד פֿון דער ביבליאָטעק — אין געיעג נאָך טעאַטער, נאָך קונסט, נאָך מעשׂיות.

דאָס דערציילן מעשׂיות זענען שפּילבערגן שטאַרק צום האַרצן און טאַקע דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן צו שטיצן אויך אַ דריטע זאַך בײַם צענטער: די פּראָגראַם צו טרענירן אַ נײַעם דור איבערזעצערס פֿון ייִדישער ליטעראַטור. „איך בין אַליין אַ דערציילער פֿון מעשׂיות, דאָס איז מײַן באַרוף,“ האָט שפּילבערג געזאָגט לאַנסקין. „דאָס װאָס איר האָט דאָ אויפֿגעבויט, פּאָליצע נאָך פּאָליצע פֿון ייִדישע מעשׂיות װאָס זיצן דאָרט און װאַרטן אַז עמעצער זאָל זיי אַנטדעקן, איבערזעצן און פֿאַרשפּרייטן פֿאַר דער וועלט — אַזא זאַך האָב איך פּשוט געמוזט שטיצן.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version