„דזשעפּאַרדי‟ גיט אָפּ אַ גאַנצע קאַטעגאָריע דעם ייִדישן טעאַטער‘Jeopardy’ devotes entire category to Yiddish theater
צווישן די פֿראַגעס: וועלכער ייִדישער יום־טובֿ איז פֿאַרבונדן מיטן בראשית פֿונעם ייִדישן טעאַטער?
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט די פּאָפּולערע טעלעוויזיע־שפּיל, „דזשעפּאַרדי‟, אָפּגעגעבן אַ גאַנצע קאַטעגאָריע דעם ייִדישן טעאַטער — אַ מערקווירדיקע געשעעניש, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז בערך 8.7 מיליאָן מענטשן קוקן די פּראָגראַם יעדן אָוונט.
במשך פֿון יענער וואָך זענען אַלע שפּילער געווען קאָלעדזש־פּראָפֿעסאָרן און דער קאָנפֿעראַנסיע — די אַקטריסע מים (מאַיִם) ביאַליק.
דזשולי וויליאַמס, אַן ענגליש־פּראָפֿעסאָרין בײַם „ראָז־הולמאַן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט‟ אין אינדיאַנע האָט אויסגעקליבן די ערשטע פֿראַגע אין דער קאַטעגאָריע, אָבער דער אמתער מומחה דאָ איז געווען עד האַשימאַ, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר בײַם „אַמעריקאַן ריווער קאָלעדזש‟ אין סאַקראַמענטאָ, קאַליפֿאָרניע.
ער האָט ריכטיק אידענטיפֿיצירט די פּיעסע, „דעם ייִדישן קעניג ליר‟; געוווּסט וועלכער ייִדישער יום־טובֿ איז פֿאַרבונדן מיטן בראשית פֿון ייִדישן טעאַטער (פּורים); ריכטיק געענטפֿערט ווער ס׳איז געווען מאַרלאָן בראַנדאָס טעאַטער־לערער (סטעלאַ אַדלער, פֿון דער באַרימטער ייִדישער אַקטיאָרן־משפּחה אַדלער); און אויך געוווּסט אַז דאָס ייִדישע ליד „ווען איך בין אַ ראָטשילד‟ איז די איבערזעצונג פֿונעם באַרימטן ליד פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ — If I Were a Rich Man.
די איינציקע פֿראַגע וואָס קיינער האָט נישט געוווּסט דעם ענטפֿער דערפֿון איז געווען, וואָס האָט די פֿרוי אין דער פּיעסע „כאַנטשע אין אַמעריקע‟ זיך געוואָלט אויסלערנען. דער ריכטיקער ענטפֿער איז „שאָפֿירן‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO