ווידעאָ: דרײַ קלעזמער־שטערן פּאָרען זיך אין קיךVIDEO: Three klezmer stars busy in the kitchen
זעט ווי פֿרענק לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג און שׂרה גאָרדאָן קאָכן באַליבטע מאכלים, זינגענדיק בשעת־מעשׂה.
To watch Frank London, Lorin Sklamberg and Sarah Gordon in the kitchen, click here.
במשך פֿון דער גאַנצער וואָך חנוכּה קען מען זען ווי דרײַ וועלט־באַרימטע כּלי־זמר מוזיקער און זינגער — פֿרענג לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג און שׂרה גאָרדאָן — גרייטן צו מאכלים אין קיך, זינגענדיק בשעת־מעשׂה ייִדישע לידער.
די פּראָגראַם, וואָס הייסט ESN, ווערט געשטיצט פֿון דער פֿאָלקסבינע. און וועט זײַן צוטריטלעך ביזן לעצטן טאָג חנוכּה, דעם 6טן דעצעמבער.
דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַ קאָכפּראָגראַם, וווּ כּלי־זמר און זינגער קאָכן און זינגען צוזאַמען, איז געקומען פֿון גאָרדאָנס מאַמע, די באַרימטע ייִדישע זינגערין איידריען קופּער ז״ל.
די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָבער די צוקוקער ווערן פֿאַרבעטן צו גיבן אַ בײַשטײַער דער פֿאָלקסבינע. כּדי צו זען וועלכע פּאָטראַוועס לאָנדאָן, סקלאַמבערג און גאָרדאָן גרייטן צו, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO