ווידעאָ: טאַניע גרינבערג זינגט דאָס חנוכּה־לידל, „אַכט ליכטלעך‟VIDEO: Tania Grinberg sings the Hanukkah song, ‘Eight Candles’
דאָס ליד פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז אַזוי גרינג צו זינגען, אַז אַפֿילו קינדער קענען זיך דאָס אויסלערנען.
ס׳איז די וואָך אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ ווידעאָ אויף יוטוב, וווּ טאַניע (אויף ייִדיש: עטל) גרינבערג — אַ זינגערין, קאָמפּאָזיטאָרין און אַקטריסע אין בראַזיל — טרעט אויף מיט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס חנוכּה־לידל, „אַכט ליכטלעך‟, באַגלייט מיט אַליין־געשאַפֿענער אַמינאַציע.
דער ווידעאָ איז פּראָדוצירט געוואָרן פֿונעם פֿאָרווערטס.
גרינבערג, וואָס וווינט אין סאַאָ־פּאַאָלאָ מיט איר מאַן און צוויי טעכטער, פֿירט אָן מיט אַ ייִדישער קאַפּעליע, „אַזדי‟ און טרעט אָפֿט אויף אויף ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט. אין 2020 האָט זי געוווּנען אַ פּריז בײַ די „באָבע־פּרעמיעס‟ פֿאַר אַ ליד וואָס זי האָט געשאַפֿן אויף ייִדיש, „נײַע וועלט‟. זי איז אויך אַ חזנטע בײַ דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, „אש תּמיד‟ אין סאַאָ־פּאַאָלאָ.
אָט איז דער טעקסט פֿונעם ליד:
אַכט ליכטלעך
אַכט ליכטלעך זענען מיר / אַכט ליכטלעך, אַכט / ליכטיק פֿריילעך ברענען מיר / חנוכּה אויף דער נאַכט. איך בין דאָס ערשטע ליכט / דאָס צווייטע איז אויך דאָ / רויט און געל זענען מיר / און זיי — גרין און בלאָ. און נאָך אַ ליכטל / נאָך אַ ליכטל / ביז מיר זענען אַכט און מע צינדט אונדז / און מע בענטשט אונדז / חנוכּה אויף דער נאַכט. איך בין דער שמשׂ גאָר / איך צינד די ליכטלעך אָן / בין איך טאַקע גרויס בײַ זיך / מע שטעלט מיך אויבן אָן. און מיר ברענען / ווי מיר זענען / חנוכּה־ליכטלעך גלײַך. אַ גוט יום־טובֿ, אַ גוט יום־טובֿ, אַ גוט יום־טובֿ אײַך!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO