Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האָט מען אַ דאַנק דער טעכנאָלאָגיע טאַקע געפֿונען נחס תּבֿה?Has Noah’s Ark really been located, thanks to technology?

אַ גרופּע פֿאָרשער האָט אַנטדעקט אַ סטרוקטור פֿון 8 ביז 20 פֿוס אונטער דער ערד אין מיזרח־טערקײַ לעבן דער איראַנישער גרענעץ.

נישט לאַנג צוריק האָבן זיך אין פֿאַרשיידענע נײַעסקוואַלן פֿאַרשפּרייט די קלאַנגען, אַז ערגעץ אין טערקײַ, אויף די בערג, האָט מען אַנטדעקט די רעשטלעך פֿון נחס תּבֿה.

אַ גרופּע אַמעריקאַנער און טערקישע פֿאָרשער האָט אויסגענוצט אַ ראַדאַר, וואָס דערמעגלעכט דורכצודרינגען ביז 50 פֿוס אונטער דער ערד מיט ראַדיאָ־כוואַליעס, און געשאַפֿן אַ דרײַ־דימענסיאָנעלן קאָמפּיוטער־מאָדעל פֿון זייערע געפֿינסן.

די פֿאָרשער, מיט ענדרו דזשאָנס (פֿאַראייניקטע שטאַטן) און פֿעטי־אַכמעט ייִקסעל (טערקײַ) בראָש, האָבן דורכגעפֿירט זייערע פֿאָרשונגען אינעם דורופּינאַר־פּלאַץ אין מיזרח־טערקײַ, לעבן דער איראַנישער גרענעץ. דאָס אָרט געפֿינט זיך בערך 6.5 טויזנט פֿוס איבערן ים־ניוואָ. זיי האָבן אַנטדעקט עפּעס אַ סטרוקטור פֿון 8 ביז 20 פֿוס אונטער דער ערד. אויב מע וויל שטאַרק גלייבן אין זייער השערה, קאָן מען אײַנזען עפּעס אַן ענלעכקייט צווישן דער דאָזיקער סטרוקטור צו אַ גרויסער שיף.

לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז פּונקט אַזוי זעען מענטשן אַ „מענטשלעך פּנים‟ אויף דער לבֿנה און „קאַנאַלן‟ אויף מאַרס. בילדער פֿון דער אַנטדעקונג זענען בנימצא אויף דער אינטערנעץ. אויב מע טראַכט נישט ספּעציפֿיש פֿון אַ שיף, זעט די סטרוקטור אויס ווי אַ טיפּישע צופֿעליקע געאָלאָגישע פֿאָרמאַציע.

שטעלט זיך אַ קשיא: פֿאַרוואָס האָבן די פֿאָרשער נישט געפּרוּווט אויסצוגראָבן כאָטש אַ טייל פֿון דער כּלומרשטיקער „תּבֿה‟? 8 פֿיס איז נישט אַזוי טיף. מיט אַ געוויינטלעכן עקסקאַוואַטאָר וואָלט מען געקאָנט דאָס טאָן. אַ גרופּע ענטוזיאַסטן וואָלט אַפֿילו געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ אויסגראָבונג מיט לאָפּעטעס.

אין דער אמתן, האָט מען דאָרט יאָ געגראָבן, און נישט איין מאָל, אָנהייבנדיק פֿון 1960. מיט אַ יאָר פֿריִער, אין 1959, האָט דער טערקישער פּילאָט אילהאַן דורופּינטאַר פֿאָטאָגראַפֿירט דאָס אָרט, וואָס טראָגט הײַנט זײַן נאָמען. דעמאָלט האָט מען אויך אויסגענוצט דינאַמיט־אויפֿרײַסן, כּדי צו גראָבן גיכער. מע האָט געפֿונען בלויז זאַמד און שטיינדלעך און באַשלאָסן, אַז קיין רעשטלעך פֿון אַ שיף זענען דאָרט נישטאָ. דאָס האָט אָבער נישט איבערגעצײַגט קאָנספּיראָלאָגן אַרום דער וועלט. די טערקישע רעגירונג האָט דאָרט אָפֿיציעל אויפֿגעשטעלט די שילד „נחס שיף‟ – מסתּמא, כּדי צוצוציִען מער טוריסטן.

נאָך אין 1985 האָבן די אַזוי־גערופֿענע ביבלישע אַרכעאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דאָס אָרט מיט ראַדאַרן. מע האָט אויך אויסגענוצט כּמו־וויסנשאַפֿטלעכע מכשירים, וואָס פֿאַרלאָזן זיך אויף פּאַראַנאָרמאַלע מענטשלעכע חושים (ESP). ווידער האָט מען גאָרנישט געפֿונען. פֿון דעסט וועגן, האָבן געוויסע ענטוזיאַסטן אָפּגעטײַטשט שטיינער מיט קרייצן, וואָס געפֿינען זיך דאָרט – זיכער קריסטלעכע דענקמעלער, טיפּישע אַרמענישע – ווי טיילן פֿון דער תּבֿה.

דאָס אַלץ וואָלט געקלונגען ווי אַ טשיקאַווע, אָבער בשום־אופֿן נישט הויפּטשטראָמיקע קאָנספּיראַציע־מעשׂה, ווען די נײַעס וועגן די כּלומרשטע נײַע אַנטדעקונגען וואָלטן זיך נישט באַוויזן אין Fox News און אַנדערע באַקאַנטע קוואַלן. די זשורנאַליסטן האָבן זיך באַצויגן צו די נײַעס קריטיש, נאָר גענוג ערנסט.

צי מיינט עס, אַז מע מוז אָפּטײַטשן די גאַנצע מבול־מעשׂה אינעם תּנ״ך בלויז ווי אַ משל? לאַוו־דווקא. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן האָט, צום בײַשפּיל, פֿאָרגעלייגט אַ היפּאָטעז, אַז דער תּנ״ך דערציילט וועגן אַן אָרטיקן מבול און וועגן אַ רעאַלער שיף, וווּ עס האָט זיך געפֿונען נחס משפּחה. צוליב דעם, וואָס נח איז געווען אַזוי וויכטיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון מאָנאָטעיִזם בכלל און ייִדישקייט בפֿרט, שילדערט די תּורה יענע פֿאַרפֿלייצונג ווי אַ קאַטאַסטראָפֿע פֿון אַ גלאָבאַלן פֿאַרנעם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version