Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ירושלימער רבֿ וואָס איז אַ רודף־שלום און מומחה פֿון אַראַבישThis Jerusalem rabbi seeks co-existence and speaks fluent Arabic

אויף זײַן יו־טוב קאַנאַל פֿירט הרבֿ אלחנן מילער אינטערוויוען מיט אַ מוסולמענישער ישׂראלדיקער פֿרוי װעגן ענינים פֿון רעליגיע און קולטור.

[דער אינטערװיו איז דורכגעפֿירט געװאָרן ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרווערטס, דורך פֿיליפּ שװאַרץ — לרובֿ אױף העברעיִש.]

אַ יונגער ירושלימער רבֿ מיט אַ געשטריקטער יאַרמלקע (דער סימן־מובֿהק פֿון אַ מאָדערנעם פֿרומען ייִד אין מדינת־ישׂראל) — הרבֿ אלחנן מילער, איז אַ פּערזענלעכקײט מיט אַ סך דימענסיעס. אין קאַנאַדע האָבן די זײדע־באָבע גערעדט ייִדיש און ענגליש, נאָר ער אַלײן רעדט קודם־כּל אױף עבֿריתּ און — אַראַביש. דערצו איז הרבֿ מילער אַפֿילו אַ לערער פֿון אַראַביש און אַחוץ דעם — אַ זשורנאַליסט, אַ מומחה אין דער אַראַבישער קולטור און פּאָליטיק, ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, אַ פּאָעט. מיר האָבן אים צוערשט געפֿרעגט װעגן זײַן יוטוב־קאַנאַל א״נ „אַנשי־הספֿר”.

פֿראַגע: דאָ ניט לאַנג האָט איר פֿאַררעגיסטרירט דעם פּראָיעקט „אַנשי־הספֿר” װי אַ ניט־פּראָפֿיט־אָרגאַניזאַציע — יישר־כּוח! װאָס איז, אין תּוך, די אױפֿגאַבע פֿון „אַנשי־הספֿר”?

ענטפֿער: כ׳האָב געגרינדעט דעם פּראָיעקט „אַנשי־הספֿר” אין יולי 2017, בכדי צו דערקערן פֿאַר אַן אַראַבישן און מוסולמענישן עולם ייִדישע גלױבונגען און פֿירונגען. צוערשט האָבן מיר געמאַכט קורצע אַנימאַציע־פֿילמעלעך װעגן יסודותקידע פֿראַגעס און זאַכן פֿון טאָגטעגלעכן לעבן, למשל, כּשרות, יום־טובֿים און דאַװענען. אין משך פֿון אַ יאָר האָבן מיר געמאַכט אַכט אַזעלכע אַנימאַציע־ פֿילמען.

סוף 2018 האָבן מיר רעקאָרדירט אַכט שמועסן פֿון מיר מיט אַ מוסולמענישער שותּפֿטע, טהאַנאַ דזשאַואַברע, אַ ישׂראלדיקע, װאָס אַרבעט אין רמת־גן. אױך די דאָזיקע סעריע איז אַרױס סײַ אױף העברעיִש, סײַ אױף אַראַביש. מיר רעדן דירעקט אײנער מיטן צװײטן, אַ ייִד מיט אַ מוסולמענערין, גלײַכע צו גלײַכע, און שמועסן װעגן פֿראַגן פֿון רעליגיע און קולטור. די סעריע הײסט „שכן קרובֿ” , אַן אָנצוהערעניש אױף אַ שפּריכװאָרט, װאָס איז דאָ אי אױף אַראַביש, אי אױף עבֿריתּ, אַז בעסער צו האָבן אַ נאָענטן שכן װי אַ װײַטן קרובֿ („טוֹבֿ שָׁכֵן קָרוֹבֿ מֵאָח רָחוֹק”). אָט קענט איר זען איינעם פֿון די עפּיזאָדן:

מײַן קאַנאַל האָט אױך אַ דערציִערישן ציל. למשל, איך שמועס דװקא מיט אַ פֿרױ. ס׳טרעפֿט טאַקע, אַז פֿרומע מוסולמענער קומען אַמאָל מיט טענות איבער דעם װאָס אַ מאַנצביל שמועסט דאָ מיט אַן אישה. טײלװײַז זײַנען זײ אױך ניט צוגעװױנט, אַז אַ פֿרױ זאָל בכלל רעדן װעגן אמונה, דערצו נאָך פֿאַר אַ קאַמערע.

דערנאָך האָב איך אױך אָנגעהױבן אינטערװיוּירן אַראַביש־רעדנדיקע ייִדן. ס׳איז דאָ אין דער אַראַבישער װעלט אַ געװאַלדיקער דאָרשט, זיך מער צו דערװיסן װעגן דעם ייִדישן לעבן װאָס איז געװען אין די אַראַבישע לענדער. מע רעקאָרדירט דאָך אױך די עדות פֿון, להבֿדיל, דער שארית־הפּליטה נאָכן חורבן, כּדי אױפֿצוהיטן די זכרונות װעגן ייִדישן לעבן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער אײראָפּע. איז פּונקט אַזױ דאַרף מען אױפֿהיטן די זכרונות פֿון אַראַביש־רעדנדיקע ייִדן. דאָס איז װיכטיק אױך צוליב לינגװיסטישע סיבות. זײ רעדן אַן אוניקאַלע שפּראַך, װאָס האַלט אין פֿאַרשװינדן. ועל־כּולם איז עס װיכטיק צוליב דעם, װאָס זײ האָבן צו זאָגן. די דאָזיקע ייִדן האָבן געלעבט אין אַ ייִדישער קהילה אין דמשׂק, כאַלאַב (אַלעפּאָ) אָדער באַגדאַד. הײַנט איז אַזאַ לעבן מער ניט בנימצא.

פֿראַגע: צי זײַנען געװען באַגעגענישן, װאָס האָבן געמאַכט אַ באַזונדערן רושם אױף דיר?

ענטפֿער: אײן מאָל האָב איך געטראָפֿן אַ תּימנער ייִד, מרדכי יצהרי, װאָס װױנט אין ראָש־העין (לעבן פּתח־תּקװה) און איז 91 יאָר אַלט. ער רעדט אַן אױסגערגעװײנטלעך אַראַביש און לײענט לידער אױף אַראַביש פֿון אױסנװײניק. דערצו האָט ער אין תּימן דורכגעלעבט זײער אַן אינטערעסאַנטע היסטאָרישע תּקופֿה. נאָך דעם װי ער איז געזעסן אין תּפֿיסה סוף 1940ער יאָרן, האָט ער עולה געװען קײן ארץ־ישׂראל. אַ פֿאַרכאַפּנדיקע פּערזענלעכקײט, זײער אַ חנעװדיקער ייִד.

ס׳זײַנען דאָ אַ סך אָנגעװײטיקטע מעשׂיות פֿון אַנטלױפֿן און כּלערלײ שװערע איבערלעבונגען. אין לאָנדאָן האָב איך באַגעגנט אַ פֿרױ, לילי דועק (פּינטאָ), אױך אַ בת־תּשעים, װאָס איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין אַ קלײנער קהילה אין פּאָרט סודאַן. באַקומט זיך, אַז אַפֿילו אין גאָר װײַטע מקומות אין דער אַראַבישער װעלט זײַנען געװען ממשותדיקע ייִדישע קהילות.

פֿראַגע: דו זאָגסט זיך אַמאָל אַרױס מיט טענות צום איסלאַם אין דײַנע פֿילמעלעך?

ענטפֿער: נאָך אַ געװיסער צײַט האָב איך געשפּירט, אַז מע קען שױן רעדן מער אָפֿן־האַרציק, אױך װעגן פֿראַגן, װאָס זײַנען עלול אַרױסצורופֿן אַ מחלוקה. ס׳איז דאָ אַ גאַנצע סעריע קורצע פֿילמען אױף מײַן קאַנאַל, װאָס הײסט „דזשידאַל”, אָדער װיכּוח. דאָרטן שטעל איך זיך פּנים־אל־פּנים מיט, אַ שטײַגער, אַנטי־ייִדישע אַרױסזאָגונגען אין קאָראַן אָדער פֿאַלשע באַגריפֿן פֿון ייִדישקײט בײַ איסלאַם. בײַ מיר האָט דער עולם אַ זעלטענע געלעגנהײט צו הערן פֿון אַ ייִד װאָס לײענט דאָס, װאָס דער איסלאַם זאָגט װעגן אים.

פֿראַגע: פֿריִער האָסטו בעיקר געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט, אַיאָ?

ענטפֿער: יאָ, נאָכן אוניװערסיטעט האָב איך אָנגעהױבן אַרבעטן װי אַ זשורנאַליסט, װײַל איך האָב געװאָלט ניצן דאָס אַראַביש, װאָס כ׳האָב זיך אױסגעלערנט, פֿאַר ציװילע צװעקן, פֿאַר װיסנשאַפֿט און בילדונג. כ׳האָב ליב אַזאַ לעבעדיקע, בײַטעװדיקע אַרבעט, אָבער דער דרוק און די גיכקײט זײַנען מיר נמאס געװאָרן, אַזױ אַז כ׳האָב גענומען שרײַבן לענגערע קאָרעספּאָנדענצן פֿאַר צײַטשריפֿטן, בעיקר פֿאַרן זשורנאַל „טאַבלעט”. אױך איצט טרעט איך װען־ניט־װען אַרױס װי אַ זשורנאַליסט און רעד װעגן פּאָליטישע טעמעס. נעכטן, למשל, בין איך געװען אױף דעם אַראַבישן קאַנאַל, „אַל־דזשאַזיראַ”.

פֿראַגע: צי זעסטו דײַן איצטיקע אַרבעט אױך װי אַן אופֿן צו האָבן אַן השפּעה אױף פּאָליטיק?

ענטפֿער: כ׳האָב צװײ צילן מיט מײַן אַרבעט: ערשטנס, בילדונג, והשנית, צו העלפֿן שאַפֿן שלום. דער ישׂראלדיקער ציבור װײַזט סײַ װי אַרױס װאָס אַ מאָל מער אָפֿנקײט פֿאַר דער אַראַבישער קולטור, ובפֿרט אַ באַגער צו לערנען זיך אַראַביש. מײַנע פֿילמעלעך קענען צוהעלפֿן, אַז ייִדן זאָלן טראַכטן װעגן אַראַבער און דעם איסלאַם אױף אַ פּאָזיטיװן אופֿן. אַחוץ דעם קען איך דינען װי אַ מין מוסטער פֿון אַ שומר־מצוות, אַ פֿרומען ייִד, װאָס איז פֿאָרט פֿאַראינטערעסירט אין די דאָזיקע זאַכן.

נאָך מער, איך בין געקומען צום אױספֿיר, אַז כּדי צו דערגרײכן באַשטימטע פּאָליטישע צילן, איז בילכער ניט צו רעדן דװקא װעגן פּאָליטיק, נאָר װעגן די זאַכן, װאָס מיר האָבן בשותּפֿות. דאָס קען שאַפֿן אַ יסוד פֿאַר אַ פּאָליטישער לײזונג.

פֿאַראַנען ניט װײניק זשורנאַליסטן, פּאָליטיקער אָדער פֿאָרשער װאָס רעדן אַראַביש. נאָר ווי אַ רבֿ בין איך כּמעט אַ יחיד־במינו. לעת־עתּה איז מיר װיכטיקער צו אַנטװיקלען מײַן אידענטיטעט װי אַ רבֿ — לטובֿת דעם דיאַלאָג.

פֿראַגע: װי אַזױ ביסטו געקומען צום באַשלוס, אַז דו װילסט זײַן אַ רבֿ?

ענטפֿער: ניט װײַט פֿון מײַן שטוב אין ירושלים האָט זיך געעפֿנט אַ ראַבינער־סעמינאַר, דער בית־מדרש הראל, װאָס גיט סמיכה מענער און פֿרויען. ס׳איז אַ ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער בית־מדרש. כ׳האָב דעמאָלט געבענקט נאָכן לערנען גמרא, און דאָס איז געװען װי צוגעפּאַסט פֿאַר מיר.

אַרױסקוקנדיק אױף להבא, האָב איך אױך געשפּירט, אַז כ׳װיל מער אַרײַנגײן אין אַ דיאַלאָג צװישן די רעליגיעס. טאָמער װעל איך גײן אױף דיסקוסיעס, װעט זײַן כּדאַי צו האָבן סמיכה, כּדי ס׳זאָל ניט זײַן קיין שמועס צווישן אַ שײך אָדער גלח — מיט סתּם אַ ייִד, ר׳ אלחנן”; בעסער שוין מיט „הרבֿ מילער”.

פֿראַגע: צי האָסטו אַ מאָל אױך געבענקט נאָכן ייִדישן לשון?

ענטפֿער: אַװדאי בענק איך נאָך ייִדיש, ס׳איז מײַן משפּחהס קולטור־ירושה, די שפּראַך פֿון מײַן באָבע־זײדע. אגבֿ, כ׳האָב אָנגעהױבן דעם פּראָיעקט „אַנשי־הספֿר”, זײַענדיק אין װילנע, אױף אַ ייִדיש־זומער־פּראָגראַם. כ׳האָב ליב געשיכטע בכלל און די געשיכטע און קולטור פֿון מײַן משפּחה בפֿרט. ייִדיש איז אין מדינת־ישׂראל שיִער ניט אָפּגעװישט און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן. בײַ מיר איז עס אַ פּרוּװ צוריקצוקומען צו זיך אַלײן, צו מײַן משפּחה. מײַן באָבע איז געקומען אַהער אין ירושלים, װען זי איז אַלט געװען 92 יאָר. כ׳האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿון שמועסן אױף ייִדיש מיט איר במשך דעם לעצטן יאָר פֿון איר לעבן.

פֿראַגע: װי אַזױ האָסטו אָנגעהױבן שרײַבן פּאָעזיע?

ענטפֿער: צום גליק האָבן מיר אין בית־מדרש געהאַט אַ שרײַבקורס מיט ד״ר יעקבֿ עזריאל. ער האָט מיך דערמוטיקט צו שרײַבן פּאָעזיע. בעת איך בין געװען אױף מײַן ערשטער ראַבינער־שטעלע אין אױסטראַליע, האָב איך יעדע װאָך אָנגעשריבן אַ ליד אַן אינספּירירטע פֿון דער סדרה. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ צװײטן קורס פֿון שרײַבן פּאָעזיע, מיטן באַקאַנטן דיכטער און איבערזעצער דורי מנור, האָב איך מיט מנורס הילף צונױפֿגעשטעלט אַ באַנד לידער. די ערשטע העלפֿט פֿון בוך באַשטײט פֿון לידער, װאָס זײַנען פּערזענלעך, אינדיװידואַליסטיש, עקזיסטענציעל און לאַװ דװקא רעליגיעז, דער צװײטער חלק — פֿון לידער אינספּירירטע פֿון חומש. דאָס בוך װעט אַרױסגײן אין די קומענדיקע חדשים.

פֿראַגע: מיטן רעכטן פֿוס! אַ האַרציקן דאַנק פֿאַרן שמועס!

א״מ: אַ דאַנק דיר!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.