ווידעאָ: דער שפּראַכנקאַמף אין תּל־אָבֿיבֿ מיט 100 יאָר צוריקVIDEO: The language war in Tel Aviv 100 years ago
מענדי כּהנא לייענט וואָס דער ייִדישער פּאָעט, יהואש, האָט געשריבן וועגן דער שׂינאה צו ייִדיש.
אין דעם קורצן פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר ערן טאָרבינער, באַשרײַבט דער אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש‟, מענדי כּהנא (קאַהאַן), די ביטערע מלחמה קעגן ייִדיש, וואָס האָט געבושעוועט אין ארץ־ישׂראל אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
ער טוט דאָס, לייענענדיק אויסצוגן פֿונעם בוך, „פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק‟, אָנגעשריבן פֿונעם ייִדישן פּאָעט און איבערזעצער, יהואש.
גייענדיק איבער די גאַסן און פּלאַזשעס פֿונעם הײַנטיקן תּל־אָבֿיבֿ, באַטראַכט מענדי כּהנא, אין דער ראָלע פֿון יהואשן, די פּאַראַדאָקסן פֿונעם מענטשלעכן לעבן. אויף דער פּלאַזשע שטעלט ער אַ פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגע: וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט דער ים אין תּל־אָבֿיבֿ? דער אַקטיאָר פֿאַרשרײַבט אָט־די קשיא אויפֿן זאַמד – אַ מעכטיקער סימבאָל פֿון סײַ אייביקייט, סײַ פֿאַרבײַיִקייט.
דעם סצענאַר פֿונעם פֿילם האָט אָנגעשריבן ד״ר יעד בירן – אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וואָס האָבן געוווינט אין ארץ־ישׂראל במשך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, שאַפֿנדיק זייערע ווערק אין יענער אומפֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער.
דער תּל־אָבֿיבֿער „בית שלום־עליכם‟ האָט אַרויסגעשטעלט דעם פֿילם אויף יוטוב אין 2015. כאטש געוויסע עקסטרעמע העברעיִסטן דריקן נאָך אַלץ אויס פֿײַנטשאַפֿט צו ייִדיש. האָט די עכטע מלחמה קעגן ייִדיש זיך שוין לאַנג פֿאַרענדיקט. „בית שלום־עליכם‟, אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1966, טיילט כּסדר אויס פּרעמיעס פֿאַר ייִדיש־טעטיקייט. פֿון דעסט וועגן, טרעפֿן זיך צווישן ייִדן נאָך אַלץ גענוג שׂונאים פֿון ייִדיש.
יהואש, וואָס זײַן געבוירענער נאָמען איז געווען שלמה בלומגאַרטען (1872 – 1927), איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטעלע ווערזשבאַלאָווע. אין ארץ־ישׂראל האָט ער געוווינט נאָר אַ קורצע צײַט, 1914 – 1915. הגם דעמאָלט האָבן די מיליטאַנטישע העברעיִסטן כּסדר גערודפֿט ייִדיש, האָט די אמתע מלחמה קעגן דער שפּראַך זיך אָנגעהויבן שפּעטער, אין די 1920ער און 1930ער, ווען די שׂונאי־ייִדיש האבן געסטראַשעט דורכצופֿירן ממש טעראָר־אַקטן – באָמבע־אויפֿרײַסן אין קינאָ־טעאַטערס, וווּ מע האָט פּלאַנירט צו ווײַזן פֿילמען אויף ייִדיש. קיאָסקן, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט ייִדישע צײַטונגען, האָט מען פֿאַרברענט. יהואש האָט דעמאָלט שוין געוווינט אין אַמעריקע, זײַענדיק זייער קראַנק אויף טובערקולאָז. דאס וואָס ער האָט באַוויזן צו דערזען אין ארץ־ישׂראל איז אָבער שוין געווען גאַנץ מיאוס.
צום מערסטן איז יהואש באַקאַנט ווי דער איבערזעצער פֿונעם תּנ״ך אויפֿן הײַנטצײַטיקן ייִדיש. ער איז אויך געווען אַ פֿײַנער פּאָעט און איבערזעצער פֿון אַ גאַנצער ריי שפּראַכן. נאָך איידער ער איז געוואָרן אַ פּאָליגלאָט, האָט ער ליב געהאַט צווישן־שפּראַכלעכע שפּילערײַען. ווען זײַן עלטערע שוועסטער שיינע איז געשטאָרבן בײַ אַ יונגן עלטער, האָט ער איר געווידמעט איינס פֿון זײַנע ערשטע לידער מיטן נאָמען „דער בית־שני‟, וווּ דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „שני‟ איז מרמז אויפֿן שוועסטערס נאָמען.
יהואשס קולטור־אינטערעס איז געווען זייער אַן אַרומנעמיקער. ער האט אָנגעהויבן איבערזעצן דעם קאָראַן פֿון אַראַביש אויף ייִדיש, פֿאָלגנדיק דעם סטיל פֿון זײַן ייִדישן תּנ״ך. ער האָט אויך איבערגעזעצט דמיטרי מערעזשקאָווסקיס ליד „שאַקאַיאַמוני‟ וועגן דעם בודאַ פֿון רוסיש אויף ייִדיש, ווי אויך הענרי לאָנגפֿעלאָוס „הײַאַוואַטאַ‟, כינעזישע און יאַפּאַנישע לעגענדעס און אָמאַר כאַיאַמס סופֿי־לידער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO