זינגט לידער און זעט קאָמישע סקיצעס אויף אַ ייִדישער חנוכּה־שׂימחהSing songs and watch funny skits at a Yiddish Hanukkah party
אַקטיאָרן מאָטל דידנער, מיכל יאַשינסקי און קולטור־טוער דניאל גלאַי וועלן פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף דער אונטערנעמונג פֿונעם אַרבעטער רינג.
זונטיק, דעם 5טן דעצעמבער, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, װעט די ייִדיש־פּראָגראַם בײַם אַרבעטער רינג אָנפֿירן מיט אַ חנוכּה־שׂימחה אָנלײַן, װוּ מע װעט צינדן די ליכטלעך און זינגען אַ קראַנץ חנוכּה־לידער אָנגעפֿירט פֿון אַ ריי זינגער: פּאָלינאַ שעפּאַרד מיט איר כאָר, „קינדערקלוב ייִדיש״, פּסאָי קאָראָלענקאָ, דזשודי ברעסלער, פּערל טײטלבױם, דבֿורה סטראַוס און דזשעף װאַרשאַוער, און אַנדערע.
אַקטיאָרן מאָטל דידנער, מיכל יאַשינסקי און קולטור־טוער דניאל גלאַי וועלן אויפֿטרעטן מיט הומאָריסטישע סקיצעס און מע וועט אויך הערן באַגריסונגען פֿון די ייִדיש־לערער און סטודענטן פֿון די אַרבעטער רינג קלאַסן איבער דער װעלט.
דערצו וועלן אַלע צוקוקער האָבן אַ געלעגנהייט צו געווינען אַן אָרט אין וועלכן אַרבעטער־רינג קורס ער אָדער זי וויל פֿונעם ווינטער־זמן 2022, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
די מסיבה קאָסט נישט קיין געלט אָבער מע בעט אַ נדבֿה פֿון $18 וואָס וועט צוהעלפֿן בײַם פֿאַרשטאַרקן דעם אַרבעטער רינגס אָנגעזעענע ייִדיש־פּראָגראַם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער חנוכּה־שׁימחה גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO