ווידעאָ: הרבֿ שאול אַלטערס ייִדישע דבֿר־תּורה אויף אַ לייקוווּד־פֿרישטיקVIDEO: Rabbi Shaul Alter speaks in Yiddish at a Lakewood breakfast
אין 2019 האָט הרבֿ אַלטער זיך אָפּגעזונדערט פֿון דער עדה גערער חסידים אין ירושלים און אָנגעהויבן אַ נײַע קהילה, „גער תּורה‟.
די וואָך איז הרבֿ שאול אַלטער, דער כאַריזמאַטישער רבי פֿון אַ נײַעם צווײַג גערער חסידים אין ישׂראל, געקומען קיין אַמעריקע, וווּ טויזנטער אָנהענגער האָבן אים וואַרעם אויפֿגענומען אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, און לייקוווּד, ניו־דזשערזי.
בעת אַ באַזוך אין אַ ישיבֿה אין לייקוווּד, האָט דער רבֿ געגעבן אַ דבֿר־תּורה וועגן דער פּרשה אויף ייִדיש פֿאַר הונדערטער מענטשן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די פֿרומע עדה אין לייקוווּד רעדט הײַנט כּמעט אויסשליסלעך ענגליש — אַ סימן פֿונעם טיפֿן דרך־ארץ וואָס דער רבֿ רופֿט אַרויס אַפֿילו בײַם נישט־חסידישן עולם אין אַמעריקע.
אין 2019 האָט הרבֿ אַלטער, אַ קוזין פֿונעם גערער רבין, ר׳ יעקבֿ אַריה אַלטער, זיך אָפּגעזונדערט פֿון דער גערער קהילה נאָך לאַנגע יאָרן פֿון אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן זיי. בערך 300 משפּחות אין ישׂראל זענען דעמאָלט אַוועק מיט אים. די נײַע קהילה אין ישׂראל, וואָס רופֿט זיך איצט „גער תּורה‟, באַשטייט הײַנט פֿון 500 משפּחות. נאָך 300 משפּחות וואָס האַלטן מיט אים וווינען אין אַמעריקע. די אַלגעמיינע גערער קהילה אין ישׂראל באַטרעפֿט בערך 100,000 נפֿשות.
בײַם אָנהייב פֿון יאָר 2021 האָט הרבֿ אַלטערס נײַע קהילה באַוויזן צו זאַמלען אַ גרויסע סומע געלט — 50 מיליאָן שקל — כּדי צו קויפֿן ערד לטובֿת דער גרופּעס נײַער הויפּטקוואַרטיר אויף ירמיה־גאַס אין ירושלים. איינער פֿון הרבֿ אַלטערס צילן בײַם קומען קיין אַמעריקע איז טאַקע צו זאַמלען געלט כּדי אויפֿצובויען דעם בנין.
בעת זײַן באַזוך אין אַמעריקע, האָט הרבֿ אַלטער זיך געטראָפֿן מיט די פֿירער פֿון די אָרטיקע גערער חסידים און מיט אַנדערע רביים וואָס באַציִען זיך פֿרײַנדלעך צו אים. דער הויכפּונקט פֿון זײַן וויזיט איז געווען ווען ער האָט געפֿירט טיש מוצאי־שבת אין באָראָ־פּאַרק, מיט אַן עולם פֿון בערך 15,000 ייִדן. נאָך דער אונטערנעמונג, ווען ער האָט פֿאַרלאָזט דעם זאַל, האָבן טויזנטער חסידים אים אָפּגעוואַרט אויף די גאַסן, כּדי אים צו זען.
הרבֿ אַלטער איז באַקאַנט סײַ פֿאַר זײַן בקיאות אין תּורה־ענינים סײַ פֿאַר זײַן וואַרעמקייט און באַשיידנקייט. „ווען ער גיט אַ שיעור קען מען קלאָר זען אַז ער איז אַ תּלמיד פֿון הרבֿ חיים בריסקער,‟ האָט באַמערקט הרבֿ ישׂשׂכר כּץ, וואָס דינט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר „חובֿבֿי תּורה‟. „זײַן קענטשאַפֿט פֿון תּורה איז גאוניש, טיף און סאָפֿיסטיצירט.
„און ווען ער דאַוונט אָדער זינגט זמירות, פֿילט מען ווי זײַן נשמה גליט מיט ליבשאַפֿט צום אייבערשטן, צו דער תּורה און צו כּלל־ישׂראל,‟ האָט הרבֿ כּץ געזאָגט. „ווען ער רעדט העברעיִש קען זיך דיר דאַכטן אַז ער איז אַ סאַבראַ, און ווען ער רעדט ייִדיש, קלינגט ער ווי ער איז ערשט אַרויסגעקומען פֿון אַ שטיבל אין וואַרשע; ער רעדט אַ היימישן, זאַפֿטיקן פּוילישן ייִדיש.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO