פֿאָרש־סטיפּענדיעס און הדרכה פֿאַר ייִדישע איבערזעצערStipends and guidance available for Yiddish translators
די פּראָגראַם איז געצילעוועט אויף די מענטשן וואָס זעצן איבער אַ ייִדיש בוך אויף ענגליש און ווילן פֿאַרבעסערן זייער פֿעיִקייט בײַ איבערזעצערײַ.
מענטשן וואָס האַלטן אין מיטן איבערזעצן אַ בוך פֿון ייִדיש אויף ענגליש ווערן פֿאַרבעטן אָנצוגעבן אויף אַ פֿאָרש־סובסידיע, ווי טייל פֿון אַ סעריע וואַרשטאַטן מיט אַנדערע איבערזעצער.
די יערלעכע פּראָגראַם, וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 2013, ברענגט צונויף די סטיפּענדיאַנטן אויף דרײַ צוויי־טאָגיקע וואַרשטאַטן (צוויי מאָל — פּנים־אל־פּנים בײַם ייִדישן ביכער צענטער אין אַמהערסט, און איין מאָל — אָנלײַן), כּדי אַרומצורעדן יעדן איינעמס בוכפּראָיעקט און העלפֿן העכערן די קוואַליטעט פֿון די איבערזעצונגען.
די סטיפּענדיאַנטן אַרבעטן אויך איינס אויף איינס מיט אַ באַזונדערן בעל־יואץ, וואָס שייך אַלע אַספּעקטן פֿון זייער פּראָיעקט, אַרײַנגערעכנט עצות ווי צו געפֿינען אַ פֿאַרלאַג וואָס זאָל דאָס בוך אַרויסגעבן.
די פּראָגראַם איז געווידמעט סײַ די מענטשן וואָס זעצן איבער אַ ווערק צום ערשטן מאָל, סײַ די וואָס האָבן שוין פּובליקירט אַן איבערזעצונג.
יעדער סטיפּענדיאַנט וועט באַקומען $5,000 און אַ פֿאָרשפֿאָנד ביז $1,000. די צוויי וואַרשטאַטן אין אַמהערסט וועלן פֿאָרקומען אין יוני 2022 און מאַרץ 2023, און דער אָנלײַן־וואַרשטאַט — אין אָקטאָבער 2022.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO