שרײַבערס ישׂראל רודניצקי און משה לעמסטער באַקומען לעבנס־אויפֿטו־פּרײַזWriters Yisroel Rudnitsky and Moyshe Lemster given Lifetime Achievement Awards
דעם פּרײַז, פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, האָט מען אויך געגעבן דער ליטעראַטור־פֿאָרשערין, בלהה רובינשטיין.
יעדעס יאָר טיילט די ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אויס פּריזן צו אָנגעזעענע פֿיגורן וואָס האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין ישׂראל.
הײַיאָר זענען דאָ דרײַ לאַורעאַטן פֿונעם „לעבנס־אויפֿטו־פּרײַז‟: דער לאַנגיאָריקער שרײַבער, רעדאַקטאָר און איבערזעצער — ישׂראל רודניצקי; דער פּאָעט און עסיייִסט — משה לעמסטער, און די ליטעראַטור־פֿאָרשערין און איבערזעצערין, בלהה רובינשטיין.
די פּרעמיעס וועט מען אויסטיילן זונטיק, דעם 14טן נאָוועמבער 2021, 19:00 אַ זייגער, אינעם בית־הפּלמ״ך אין תּל־אָבֿיבֿ.
מע קען אויך בײַזײַן אויף דער צערעמאָניע אָנלײַן. צו באַקומען אַ דירעקטע טראַנסמיסיע דורכן פֿייסבוק־זײַטל פֿון דער אינסטאַנץ, גיט אַ קוועטש דאָ.
ישׂראל רודניצקי איז מסתּמא צום בעסטן באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם גרויסן יזכּור־בוך פֿון ווילנע, „ווילנער זאַמלבוך‟, אַרויסגעגעבן אין ישׂראל אין 1974. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1926 אינעם ייִדישן שטעטל הײַדוצישאָק, לעבן ווילנע, און מע קען הערן אַ פּרעכטיקן אינטערוויו וואָס דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט מיט אים געמאַכט אין 2014 דורכן געבן אַ קוועשט דאָ..
משה לעמסטער איז געבוירן געוואָרן אין 1946 אינעם דאָרף סטאָלניצעני, מאָלדאָווע און האָט צו ערשט געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון פֿיזיק און מאַטעמאַטיק אָבער דערנאָך גענומען שטודירן די ייִדישע ליטעראַטור און געשריבן זײַן דיסערטאַציע וועגן די ווערק פֿון אליעזר שטיינבאַרג. זײַן פּאָעזיע האט מען געדרוקט אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אין יאָר 2000 האָט ער מיט זײַן משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל וווּ ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע ביכער פּאָעזיע. זײַנע עסייען זענען אויך פּובליקירט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס.
בלהה רובינשטיין איז אַ לערערין און ליטעראַטור־פֿאָרשערין וועלכע האָט איבערגעזעצט ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער און אַרויסגעגעבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף העברעיִש, „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO