פֿאַר וואָס סטאַלינס מאָרד פֿון שרײַבער אין 1937 איז פֿאָרגעקומען אין מינסקWhy the Stalinist murder of writers in 1937 took place in Minsk
דער אַרטיקל נעמט אַרײַן אַ ליד מיט די ווערטער: „װי די זײדעס פֿלעגן זאָגן תּהילים שטילערהײט/לאָמיר זאָגן אַ קאַפּיטל קולבאַק, אַ קאַפּיטל כאַריק‟
דעם 12טן אױגוסט מערקן מיר אַלע יאָר אָפּ דעם אומקום פֿון די סאָװעטישע הרוגי־מלכות, װאָס סטאַלין האָט געהײסן אומברענגען אין 1952סטן יאָר. צװישן זײ זײַנען געװען שרײַבער, גדולי־הדור אַזעלכע װי דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטײן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לײב קװיטקאָ. נאָר װײניק װער געדענקט מסתּמא, אַז אין דער װײַסרוסישער סאָװעטן־רעפּובליק האָט מען אָנגעהױבן הרגענען ייִדישע דיכטער שױן מיט מער װי אַ יאָרצענדליק פֿריִער – דעם 29סטן און 30סטן אָקטאָבער 1937.
אמת, דעמאָלט האָט מען אונטערגעדריקט ניט נאָר ייִדן. סטאַלינס תּלינים האָבן אױך געבושעװעט אין גאַנצן לאַנד. נאָר דער ייִדישער חורבן איז דעמאָלט געװען אַם ערגסטן דװקא אין װײַסרוסלאַנד. טײלװײַז איז דאָס אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, װאָס אין װײַסרוסלאַנד האָבן פּשוט געלעבט אַ גרעסערע צאָל ייִדן – אין פֿאַרגלײַך מיטן פּראָצענט ייִדן אין די רוסישע און אוקראַיִנישע רעפּובליקן. לױטן היסטאָריקער גענאַדי עסטרײַך האָבן ייִדן אַחוץ דעם געשפּילט אַ װיכטיקערע ראָלע אין קולטורעלן און פּאָליטישן לעבן פֿון דער בעלאַרוסישער רעפּובליק.
ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די אָנפֿירער און די שריפֿטשטעלער פֿון דער ייִדישער גאַס זײַנען דאָך געװען אין מאָסקװע צי, טײלװײַז, אין אוקראַיִנע, האָט דווקא אין מינסק דאָס ייִדישע לעבן „געברױזט און געשפּרודלט”, װי ס׳שרײַבט די סאָװעטישע פּאָעטעסע, רחל בױמװאָל. להיפּוך צו מאָסקװע איז דאָס ייִדישע לעבן אין מינסק געװען אַ נאַטירלעכע זאַך, טענהט דער שרײַבער י. י. זינגער אין אַ רעפּאָרטאַזש פֿאַרן „פֿאָרװערטס” פֿון די 1920ער יאָרן. דאָס װאָס ייִדיש איז דאָרט געװען אײנע פֿון די אָפֿיציעלע לאַנדשפּראַכן, איז בשום־אופֿן ניט געװען אַן ענין פֿון בלױז אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. בױםװאָל רעכנט אױס די ייִדישע אינסטיטוציעס, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען בנימצא אין מינסק: „אַ ליטעראַריש־קינסטלערישער זשורנאַל, דרײַ צײַטונגען, אַן אָפּטײלונג בײַם ביכער־פֿאַרלאַג און בײַם אוניװערסיטעט, אַ ייִדישע סעקציע אין שרײַבער־פֿאַראײן, ייִדישע אָװנטן, לעקציעס, אַ ייִדישער טעכניקום, אַ מלוכה־טעאַטער און װאָס נאָר ניט?!”
בדרך־כּלל איז מינסק „נאָך אין יענע יאָרן געװען היפּש פֿאַרשלאָפֿן”, באַמערקט בױמװאָל. מחמת דעם האָט דאָס ייִדישע לעבן אין שטאָט פֿאַרנומען װאָס אַ מאָל מער אָרט. ייִדן האָבן דאָמינירט בפֿרט אין אַזעלכע פֿאַכן װי מעדיצין און לערערײַ, אױף די אוניװערסיטעטן װי אױך אין די הױכע פֿענצטער פֿון דער פּאַרטײ. אין אוקראַינע, אין פֿאַרגלײַך, זײַנען די ייִדישע ליטעראַטן פֿאַרבליבן עפּעס װי שטײענדיק אָן אַ זײַט פֿונעם ברײטן שליאַך, בשעת אין מינסק זײַנען זײ געפֿאָרן אין סאַמע מיטן פֿון טראַקט.
אַזױ װי מינסק האָט פֿריִער ניט געשפּילט קײן װיכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז דאָ אױך געװען אָרט פֿאַר אַ פֿרישן אױפֿברױז פֿון רעװאָלוציאָנערן ראַנגלעניש. ס׳זײַנען אַהערגעקומען יונגע שרײַבער װאָס האָבן גלײַך פֿאַרנומען חשובֿע ערטער אינעם אַלגעמײנעם קולטור־לעבן, ווי, למשל, דער פּאָעט איזי כאַריק און דער ליטעראַטור־קריטיקער יאַשע (יעקבֿ) בראָנשטײן. די קריגערישקײט אין אַזעלכע יונגע, פֿריש־באַנײַערישע סבֿיבֿות האָט נאָך צוגעלײגט צו דער סכּנה, װאָס האָט געלאָקערט אױף די ייִדישע שרײַבער.
אַזױ צי אַזױ, האָבן די באַזונדערע תּנאָים אין װײַסרוסלאַנד גורם געװען, אַז אין 1937 האָבן ייִדן דאָרט שטאַרקער געליטן װי אין קיִעװ, מאָסקװע צי כאַרקאָװ. די סאַמע סמעטענע פֿון ייִדישע פּאָעטן אין בעלאַרוס, משה קולבאַק און איזי כאַריק, זײַנען דעריבער אַרײַנגעפֿאַלן אין די בלוטיקע הענט פֿון ען־קאַ־װע־דע, פֿון „פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט (מיניסטעריום) פֿאַר אינערלעכע ענינים”.
אין דער נאַכט פֿון 29סטן און 30סטן אָקטאָבער 1937 האָט דער ען־קאַ־װע־דע כּלומרשט צוגעשטעלט אַ גרױזאַמע מתּנה לכּבֿודן יאָרטאָג פֿון דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, אױסקױלנדיק אין מינסק ניט װײניקער װי 132 מענטשן, װאָס זײַנען געװען פֿון די פּני אין לאַנד, סײַ אינטעליגענטן, סײַ ביוראָקראַטן. פֿאַרמישפּט צום טױט האָט מען זײ מצד אױסגעטראַכטע באַשולדיקונגען, אַז זײ האָבן שפּיאָנירט פֿאַר אױסלאַנד אָדער צוגעגרײט אַ טראָצקיסטישע מרידה אַקעגן דער ראַטן־מאַכט.
צװישן די אומגעקומענע האָבן זיך געפֿונען ניט נאָר די צװײ גרעסטע ייִדישע דיכטער אין מינסק, נאָר אױך דער װײניקער באַקאַנטער פּאָעט אהרן יודעלסאָן און די קריטיקער יאַשע בראָנשטײן און כאַצקל דוניעץ. ייִדן פּאַרטײ־אַפּאַראַטשיקעס האָט מען אויך דערמאָרדעט; דאָס אײגענע אַ גאַנצע רײ ייִדישע װעטערינאַרן פֿון װיטעבסק. שפּעטער, נאָך אינעם זעלבן האַרבסט, האָט די סאָװעטישע מאַכט אַװעקגעקױלעט אין מינסק דעם קריטיקער און רעדאַקטאָר — אַבֿרהם־אײַזיק דמשׂק, דעם דירעקטאָר פֿון ייִדישן מלוכה־טעאַטער — מיכאַיִל ראַפֿאַלסקי, און דעם רעדאַקטאָר פֿון עטלעכע מינסקער ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן — עליע אָשעראָװיטש.
נאָכן מאַסנמאָרד פֿון האַרבסט 1937 האָבן די רדיפֿות זיך ניט געענדיקט. די היסטאָריקער אָלעג בודניצקי און גענאַדי עסטרײַך האָבן אָקערשט געדרוקט אַן אַרטיקל װאָס באַלײַכט דעם המשך פֿון די שחיטות אין פֿרילינג און זומער 1941, ערבֿ דער מלחמה. פֿאַרן אומברענגען קולבאַקן און בראָנשטײנען אין 1937 האָבן די ען־קאַ־װע־דעשניקעס זײ גענײט צו מסרן זײערע קאָלעגעס און חבֿרים. פּונקט אַזױ האָט מען געצװוּנגען אַנדערע געפֿאַנגענע, װי למשל דעם פּאָעט משה טײף, אַרױסצוזאָגן זיך מיט מסירות. די פֿאַרהער־פּראָטאָקאָלן האָבן געהאַט אַ שרעקלעכע פּעולה אין 1941, און ניט לאַנג אײדער די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען מינסק, האָט מען דערשאָסן דעם ייִדישן פּאָעט זעליק אַקסעלראָדן אין אײנעם מיט אַנדערע פּאָליטישע אַרעסטאַנטן.
בדיעבֿד זעען מיר אַז מיט דער גזירה פֿון אָקטאָבער 1937 האָט זיך אָנגעהױבן דער סוף פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין בעלאַרוס: אין די 1930ער און 1940ער יאָרן האָט מען ממשיך געװען פֿאַרטיליקן די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה. נאָך דער סטאַליניסטישער תּקופֿה איז שױן כּמעט קײן זכר ניט פֿאַרבליבן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס האָט אַמאָל געבליט אין דער װײַסרוסישער עיר־הבירה.
צום סוף לײענט דאָ איבער שורות פֿונעם יזכּור־ליד נאָך די אומגעקומענע, „אין שײַן פֿון קדושים”, אָנגעשריבן פֿונעם פּאַריזער דיכטער משה שולשטײן:
בײַ דער שײַן פֿון טונקעלן געדעמפֿטן ליכט
לאָמיר זיצן אַרום טיש און שװײַגן װי אָבֿלים,
שולטער בײַ אַ שולטער אײַנגעפּרעסט, געדיכט.
לאָמיר בלױז פֿון צײַט צו צײַט פֿון זײ דערצײלן.
ס׳לײגט זיך איבער אונדז די עצבֿות װי אַן אוהל־דאַך,
ס׳װעט זי נאָך די מאָרגן־שײַן אױף אונדז געפֿינען.
לאָמיר זײ דערמאָנען צום באַדױער און צום שבֿח
ביז עס װעט אין שױב שאַרייען אױף באַגינען.
אפֿשר גאָר באַדאַרף מען נישט קײן שבֿחים און קײן רײד.
װען די קעפּ װי אַש־באַשיטע זענען פֿינצטער־כמאַריק.
װי די זײדעס פֿלעגן זאָגן תּהילים שטילערהײט,
לאָמיר זאָגן אַ קאַפּיטל קולבאַק, אַ קאַפּיטל כאַריק.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO