אַבֿרהם סוצקעװערס זכרונות װעגן װילנער געטאָ זײַנען אַרױס אױף ענגלישPoet Avrom Sutzkever‘s memoirs of Vilna Ghetto are now in English
סוצקעװערס זכרונות זײַנען געװען צװישן די סאַמע ערשטע גבֿיות–עדותן װעגן דעם חורבן פּובליקירט צו ווערן אין בוך־פֿאָרעם.
Abraham Sutzkever
From the Vilna Ghetto to Nuremberg: Memoir and Testimony
Edited and translated by Justin D. Cammy
McGill-Queen’s University Press (2021), 488 pp.
דער ייִדישער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער האָט זיך אונטערגענומען פֿאַרשרײַבן זײַנע זכרונות װעגן דעם װילנער געטאָ גלײַך נאָכן נסימדיקן אָנקומען קײן מאָסקװע פֿונעם װײַסרוסישן פּאַרטיזאַנער–חײל אינעם פֿרילינג פֿון 1944, װען װילנע איז נאָך געװען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
דער טעקסט איז דאַטירט דעם זומער 1944, אָבער דאָס בוך „פֿון װילנער געטאָ‟ איז אַרױס אינעם מאָסקװער „דער עמעס‟–פֿאַרלאַג ערשט אין אָנהײב פֿון 1946. די צװישן–צײַט איז געװען פֿול מיט דראַמאַטישע געשעענישן: די באַפֿרײַונג פֿון װילנע, דער סוף פֿון דער מלחמה, סוצקעװערס רײַזע קײן נירנבערג אױפֿן געריכט איבער די נאַציסיטישע פֿאַרברעכער און זײַן עמיגראַציע קײן פּױלן און װײַטער קײן פּאַריז און ארץ–ישׂראל אין 1946. די נײַע ענגלישע אױסגאַבע, באַטיטלט „פֿון װילנער געטאָ ביז נירנבערג‟, איז כּולל אױך סוצקעװערס גבֿית–עדות אין נירנבערג און זײַנע זכרונות װעגן זײַנע באַגעגענישן מיט מאָסקװער ייִדישע ליטעראַטן איליאַ ערענבורג, פּרץ מאַרקיש און שלמה מיכאָעלס.
װי עס דערקלערן פּראָפֿעסאָרן דזשאַסטין קאַמי און אַבֿרהם נאָװערשטערן אין זײער נאָכװאָרט, זײַנען סוצקעװערס זכרונות אַ פּועל–יוצא פֿון דער רעלאַטיװ קורצער היסטאָרישער תּקופֿה װען דאָס בוך איז געשאַפֿן און פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן. אין מאָסקװע האָט מען מקבל–פּנים געװען סוצקעװער און זײַן פֿרױ פֿרײדקע װי העלדישע ייִדישע קעמפֿער. סוצקעװער איז געװאָרן אַ סימבאָלישע פֿיגור, װאָס האָט פֿאַרקערפּערט דעם ייִדישן װידערשטאַנד קעגן דער נאַציסטישער אָקופּאַציע. דערצו נאָך איז ער געװען אַ באַקאַנטער דיכטער, און אײניקע זײַנע געטאָ–לידער האָבן זיך באַװיזן אין דער סאָװעטישער פּרעסע. אין אַפּריל פֿון 1944 האָט ער געהאַלטן אַ רעדע אױפֿן דריטן מיטינג פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע. הקיצור, סוצקעװערס חשיבֿות איז פֿאַר דער סאָװעטישער מלחמה–פּראָפּאַגאַנדע געװען גאַנץ גרױס.
ערענבורג האָט פֿאַרבעטן סוצקעװערן אָנצושרײַבן זײַן באַריכט װעגן דעם װילנער געטאָ פֿאַרן „שװאַרצן בוך‟, אַ דאָקומענטאַלע געשיכטע פֿונעם חורבן אױף דער סאָװעטישער טעריטאָריע. די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט איז גאַנץ קאָמפּליצירט. ערענבורג האָט בדעה געהאַט אַרױסצוגעבן דאָס בוך אױף רוסיש פֿאַרן סאָװעטישן עולם, בעת די אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט זײַנען געװען מער פֿאַראינטערעסירט אין אַ ייִדישער פּובליקאַציע פֿאַר דער אַלװעלטלעכער ייִדישער לײענערשאַפֿט. אין 1945 איז ערענבורג באַזײַטיקט געװאָרן פֿונעם פּראָיעקט. די סאָװעטישע צענזור האָט פֿאַרװערט די פּובליקאַציע פֿונעם רוסישן נוסח פֿונעם „שװאַרצן בוך‟, כאָטש דאָס בוך איז שױן געװען גרײט צום דרוק. די סאַמע פֿולע אױסגאַבע פֿונעם רוסישן „שװאַרצן בוך‟ מיט סוצקעװערס קאַפּיטל װעגן װילנער געטאָ איז אַרױס ערשט אין 2015 אין מאָסקװע.
דער ייִדישער טעקסט פֿון סוצקעװערס זכרונות איז אַרױס אין צװײ נוסחאות, אין מאָסקװע און אין פּאַריז אין 1946. מיט אַ יאָר שפּעטער איז אַרױס נאָך אַ ייִדישע אױסגאַבע אין בוענאָס–אײַרעס און אַ העברעיִשע איבערזעצונג אין תּל–אָבֿיבֿ. „דער פֿאַקט אַז מע האָט אַרויסגעגעבן די דאָזיקע פּובליקאַציעס אין פֿאַרשײדענע לענדער לײקנט אָפּ די מײנונג, אַז מען האָט ניט געװאָלט הערן װעגן דעם חורבן און די, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, זײַנען ניט געװען װיליק צו דערצײלן װעגן זײער דערפֿאַרונג‟, שרײַבן קאַמי און נאָװערשטערן אין זײער נאָכװאָרט. זײ האַלטן אַז די פֿאַרשײדענע ייִדישע אױפֿלאַגעס פֿון סוצקעװערס בוך זײַנען אַ סימן–מובֿהק, אַז ייִדישע קהילות איבער דער גאַנצער װעלט האָבן געהאַלטן פֿאַר נײטיק צו פֿאַרשפּרײטן װאָס גיכער די פּערזענלעכע באַריכטן װעגן דעם חורבן.
אָבער סוצקעװער האָט אויך געהאַט אַנדערע אַחריותן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון ווילנע אין יולי 1944 איז ער אַװעק אַהין און האָט זיך פֿאַרטאָן אין אײנעם מיט זײַנע חבֿרים אַבאַ קאָװנער און שמערקע קאַטשערגינסקי אין אױסגראָבן און אָפּהיטן די ייִדישע קולטורעלע אוצרות פֿון אונטער די חורבֿות פֿון דער שטאָט. אין סעפּטעמבער איז ער װידער געװען אין מאָסקװע, װוּ עס האָט אױף אים געװאַרט זײַן טראָגעדיקע פֿרױ. אין װילנע האָט מען זיך גענײטיקט אין סוצקעװערס הילף, װײַל ער האָט געהאַט ספּעציעלע באַציִונגען מיט דער סאָװעטישער אַדמיניסטראַציע, בעת אין מאָסקװע האָט מען געװאַרט אױף זײַן באַריכט װעגן דעם װילנער געטאָ.
אין זײַן בוך ברענגט סוצקעװער צונױף זײַנע פּערזענלעכע זכרונות מיט גבֿיות–עדותן פֿון אַנדערע ייִדן פֿונעם געטאָ. דער דאָזיקער סינטעטישער דאָקומענטאַלער סטיל האָט אַ געװיסע השפּעה פֿון ערענבורגס מלחמה-רעפּאָרטאַזשן, װאָס זײַנען געװען גװאַלדיק פּאָפּולער אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, האַלטן קאַמי און נאָװערשטערן. זײ באַטאָנען דעם חילוק צװישן סוצקעװערס לירישע לידער און זײַן טרוקענער זאַכלעכער פּראָזע, װאָס האָט ניט קײן שפּורן פֿון זײַן פּאָעטישן סטיל. להיפּוך צו דעם פּראָזע–בוך „פֿון װילנער געטאָ‟, זײַנען סוצקעװערס פּאָעטישע זאַמלונגען „די פֿעסטונג‟ און „לידער פֿון געטאָ‟ ניט אַרױס אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זײ איבערגעשיקט קײן ניו–יאָרק, װוּ זײ זײַנען אַרױס אינעם „איקוף-פֿאַרלאַג‟.
עס איז מערקװירדיק, אַז סוצקעװער האָט שפּעטער ניט געהאַט קײן אינטערעס אין זײן בוך זכרונות װעגן װילנער געטאָ, כאָטש די דאָזיקע טעמע איז פֿאַרבליבן װיכטיק אין זײַן שאַפֿונג. אַ סבֿרה, האַלטן קאַמי און נאָװערשטערן, אַז סוצקעװער האָט ניט געהאַלטן פֿונעם טרוקענעם פּראָזאַיִשן סטיל פֿון זײַן בוך, װאָס איז דערצו נאָך רעדאַקטירט געװאָרן לױט די סאָװעטישע אידעאָלאָגישע תּקנות. סוצקעװער האָט געגלױבט, האַלט פּראָפֿעסאָר רות װײַס, אַז בלױז פּאָעזיע איז בכּוח אָפּצוהיטן דאָס, װאָס די געשיכטע מאַכט חרובֿ. מעג זײַן אױך, אַז בעת דער „קאַלטער מלחמה‟ האָט סוצקעװער ניט געװאָלט צוציִען אינטערעס צו זײַן טעטיקײט אין מאָסקװע, כּדי מען זאָל אים ניט באַשולדיקן אין קאָמוניסטישע פֿאַרבינדונגען.
„פֿון װילנער געטאָ ביז נירנבערג‟ באַקענט דעם ענגליש–שפּראַכיקן לײענער מיט אַ װיכטיקן דאָקומענט װעגן דעם חורבן. ס׳איז ספּעציעל כּדאַי צו לייענען דאָס נאָכװאָרט, װאָס אַנטפּלעקט אין פּרטים דעם קאָמפּליצירטן פּראָצעס פֿון דער שאַפֿונג פֿונעם דאָזיקן מערקװירדיקן בוך. דאָס איז אַ מוסטערהאַפֿטיקער פֿאָרשערישער אױפֿטו פֿון פּראָפֿעסאָרן קאַמי און נאָװערשטערן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO