ווידעאָ: דער געלערנטער, נח פּרילוצקי — אַ פֿאַרברענטער ציוניסט און ייִדישיסטVIDEO: Scholar Noyekh Prilutsky – ardent Zionist and Yiddishist
באָריס סאַנדלער דערציילט וועגן דעם אייגנאַרטיקן לעבן און אויפֿטוען פֿונעם כאַריזמאַטישן ייִדישן לינגוויסט, פֿאָלקלאָריסט און פּאָליטישן פֿירער.
אין דעם ווידעאָ, אַ קאַפּיטל אין דער יוטוב-סעריע, „טאָג בײַ טאָג‟, דערציילט דער ייִדישער שרײַבער און לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, באָריס סאַנדלער, וועגן דעם אייגנאַרטיקן לעבן און אויפֿטוען פֿונעם כאַריזמאַטישן ייִדישן לינגוויסט, פֿאָלקלאָריסט און פּאָליטישן פֿירער, נח פּרילוצקי.
פּרילוצקי איז געווען סײַ אַן אַקטיוויסט פֿון פּועלי־ציון, סײַ אַ געטרײַער קעמפֿער פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך.
„טאָג בײַ טאָג‟ איז אַ סעריע ווידעאָס וועגן ייִדישע שרײַבער, קולטור־טוער און אַרטיסטן, אַראַנזשירט לויט זייערע געבוירן־טעג. מיר ברענגען הײַנט דעם קאַפּיטל וועגן פּרילוצקין ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן אינעם איצטיקן חודש: דעם 1טן אָקטאָבער 1882.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO