אַ געשיכטע פֿון לשון־קודשדיקער פּאָעזיע געדרוקט פֿאַר דער דרוקמאַשיןA history of poetry in the “holy tongue” printed before the printing press
אין זײַן נײַ בוך דערציילט שמעון יאַקערסאָן, ווי ער האָט אָנגעהויבן שטודירן די עלטסטע געדרוקטע ספֿרים נאָך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
לכּבֿוד זײַן אייגענעם 65סטן געבוירן־טאָג האָט ד״ר שמעון יאַקערסאָן (יקירסון), אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון מיטל־עלטערלעכע ייִדישע כּתבֿ־ידן און די עלטסטע געדרוקטע ביכער, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך אויף רוסיש וועגן דער געשיכטע פֿון דער לשון־קודשדיקער פּאָעזיע און אַמאָליקע ייִדישע פֿאַרלעגער.
דער מחבר איז באַזונדערס באַקאַנט ווי איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין די ייִדישע אינקונאַבלען (ביכער, וואָס זענען אַרויס נאָך אינעם 15טן יאָרהונדערט), אין דער בראשית־תּקופֿה פֿון דער אייראָפּעיִשער דרוקערײַ. הגם איך האָב נישט ווייניק געלייענט אויף די דאָזיקע טעמעס, בין איך אַ דאַנק דעם נײַעם בוך געווויר געוואָרן וועגן אַ ריי גאָר אינטערעסאַנטע, חידושדיקע זאַכן. די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿון יאַקערסאָנס מאָנאָגראַפֿיע איז צוטריטלעך און פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
יאַקערסאָן איז אויך באַקאַנט ווי אַ געוועזענער סאָוועטישער וויסנשאַפֿטלער און העברעיִסט. הײַנט פֿירט ער אָן מיט די סעמיטישע און העברעיִשע שטודיעס אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. זײַנע ווערק זענען אַרויס אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן – אַרײַנגערעכנט ייִדיש.
דאָס נײַע בוך איז אָנגעשריבן אויף רוסיש, אָבער באַגלייט מיט אַ באַלערנדיקן לענגלעכן שלוס אויף ענגליש. דער מחבר שטעלט דעם טראָפּ אויף איין וווּנדערלעכן קאָלאָפֿאָן – אַ פּאָעטיש נאָכוואָרט צו אליעזר בן אַלאַנתּאַנסיס אויסגאַבע פֿון „יורה דעה‟ – אַ טייל פֿון „אַרבעה טורים‟, דעם קלאַסישן הלכה־קאָדעקס פֿון רבי יעקבֿ בן אָשר (13טער יאָרהונדערט). אויפֿן סמך פֿון „אַרבעה טורים‟ האָט רבי יוסף קאַרו (קאַראָ) געשאַפֿן זײַן שולחן־ערוך. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז ווען דאָס בוך איז אַרויס, אין רמ״ז (1486 – 1487), איז קאַרו נאָך געווען אַן איין־יאָריק עופֿעלע און אין שפּאַניע האָט געבליט אַ ייִדיש לעבן.
אין מיטל־עלטער איז געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו באַגלייטן ביכער מיט געגראַמטע נאָכווערטער, וואָס האָבן אויך געדינט ווי עמבלעמען פֿון פֿאַרלעגער. אויף גריכיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן הייסט אַזאַ נאָכוואָרט אַ קאָלאָפֿאָן, און בײַ ייִדן – דבֿרי־סיום. די טיפּאָגראַפֿישע טעכנאָלאָגיע האָט פּלוצעם אויפֿגעלעבט דעם אינטערעס צו דער קאָמפּליצירטער סיסטעם פֿון קוואַנטיטאַטיווער דיכטונג, וואָס האָט געבליט בײַ ייִדן און דער מוסולמענישער שפּאַניע, אָבער בײַם 15טן יאָרהונדערט איז זי בטל געוואָרן. אין אַזאַ סטיל איז אָנגעשריבן אַלאַנתּאַנסיס קאָלאָפֿאָן.
אין דער קוואַנטיטאַטיווער פּאָעזיע מאַכט מען אַ שטאַרקן חילוק צווישן קורצע און לאַנגע וואָקאַלן. בײַ ייִדן האָט זיך אַזאַ דיכטונג אַנטוויקלט אונטער אַ שטאַרקער אַראַבישער השפּעה; אַ סך קאָנקרעטע פּאָעטישע זשאַנערס, באַשריבן אין יאַקערסאָנס נײַ בוך, טראָגן אַראַבישע נעמען. פֿון דעסט וועגן,שיידט זיך די ייִדישע סיסטעם ממשותדיק אונטער. צום באַדויערן, האָט די געשיכטע פֿון ייִדישע פֿאַרלאַגן אין שפּאַניע נישט לאַנג געדויערט, בלויז צוויי דורות – ביזן טראַגיש באַרימטן גירוש־ספֿרד.
יאַקערסאָן גיט איבער, אַז צווישן אַלע אינקונאַבלען פֿאַרנעמען די ספֿרים בלויז אַ האַלבן פּראָצענט – אַ קלייניקייט אין פֿאַרגלײַך מיט דער ריזיקער צאָל לאַטײַנישע. זיי זענען אָבער זייער וויכטיק, נישט נאָר פֿונעם ייִדישן קוקווינקל, נאָר בכלל, ווי וויכטיקע דענקמעלער פֿון יענער צײַט, ווען יאָהאַן גוטענבערגס דערפֿינדונג איז נאָך געווען אַ גרויסער חידוש; זײַן באַרימטע ביבל איז אַרויס אין 1455. אין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטלעכע דרוקער, זענען בײַ ייִדן במשך פֿונעם 15טן יאָרהונדערט געווען בלויז געציילטע דרוקערײַען אין שפּאַניע, איטאַליע, פּאָרטוגאַל און טערקײַ. אַלאַנתּאַנסיס „יורה דעה‟ איז אַרויס אין איכאַר (Híjar) – אַן אַלט שפּאַניש שטעטל, וווּ עס שטייט נאָך אַ שיל־בנין פֿון זײַן צײַט.
בסך־הכּל, זענען אין דער וועלט פֿאַרבליבן אַרום 150 ייִדישע אינקונאַבולן. די גרעסטע צאָל געפֿינט זיך אינעם ניו־יאָרקער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ (JTS), נאָך אַ סך – אין פּעטערבורג, מאָסקווע און אַנדערע ערטער. איינס פֿון יאַקערסאָנס וויכטיקסטע ווערק איז דער צוויי־בענדיקער אינקונאַבולן־קאַטאַלאָג פֿון JTS, מיט פּאַראַלעלע טעקסטן אויף ענגליש און לשון־קודש. במשך פֿון אַ צענדליק יאָר האָט דער מחבר כּסדר געאַרבעט אינעם „סעמינאַר‟ און געגעבן דאָרטן לעקציעס.
אין 1987 איז אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ דערשינען יאַקערסאָנס אַרטיקל, „קאָלאָפֿאָנען פֿון העברעיִשע אינקונאַבולן‟. אין זײַן נײַ בוך ווענדט ער זיך צו דער זעלביקער טעמע, וואָס ער האָט אַמאָל באַרירט אויף ייִדיש. אינעם זעלבן זשורנאַל פֿלעגט אויך שרײַבן וועגן די ייִדישע אינקונאַבולן זײַן מענטאָר און חבֿר, ד״ר אַריה־לייב ווילסקער; יאַקערסאָן האָט וועגן אים אָגעשריבן אַ גאַנץ בוך זכרונות.
איך האָב תּמיד געטראַכט, אַז קיין אינקונאַבולן אויף ייִדיש זענען נישטאָ. אינעם שמועס מיטן פֿאָרווערטס, האָט יאַקערסאָן דאָס טאַקע באַשטעטיקט. אין 1507 איז אין ווענעציע אַרויס אַליהו בחורס „באָווע־בוך‟; דעמאָלט איז אָבער שוין געווען אַן אַנדער, מער מאָדערנע תּקופֿה פֿון דרוקערײַ.
וואָס שייך זײַן אַרבעט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערציילט דער פּראָפֿעסאָר – סײַ אין זײַן בוך, סײַ בעל־פּה – אַז ווען ער האָט פֿאָרגעלייגט זיך צו פֿאַרנעמען דווקא מיט די לשון־קודשדיקע אינקונאַבולן, האָט דער אוניווערסיטעט מיט פֿאַרגעניגן אויפֿגענומען זײַן פֿאָרלייג. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען שטודיעס פֿון לשון־קודשדיקע אוצרות קיינמאָל נישט געווען ממש פֿאַרווערט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; פּאָפּולער זענען זיי אָבער אויך נישט געווען. יאַקערסאָן האַלט, אַז ווייניק מענטשן האָבן געוואָלט שטודירן אַזעלכע ענינים, ווײַל זיי האָבן פּשוט מורא געהאַט זיך צו פֿאַרנעמען מיט עפּעס, וואָס האָט געקאָנט אַרויסרופֿן מעגלעכע חשדים בײַ דער מאַכט – פֿאַר ציוניסטישע נטיות, וכּדומה.
וווינענדיק אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט יאַקערסאָן געגלייבט, אַז ס׳איז באַזונדערס פּרעסטיזשפֿול צו פֿאַרנעמען זיך דווקא מיט לשון־קודש – נישט מיטן „פּראָסטן‟ ייִדיש. הײַנט פֿילט ער אָבער, אַז ייִדיש רופֿט פֿאָרט אַרויס אַלץ מער אינטערעס אין דער וועלט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO