ווידעאָ: אַנימאַציע פֿון מרדכי געבירטיגס ליבעליד, „רייזעלע‟VIDEO: Animation for Mordkhe Gebirtig’s love song, “Reyzele”
דאָס איז איינער פֿון עטלעכע אַנימאַציע־ווידעאָס געשאַפֿן פֿון שוראַ ווײַסמאַן וואָס איז פֿאַראַכטאָגן אַוועק פֿון דער וועלט.
מרדכי געבירטיגס באַליבט ליבעליד, „רייזעלע“, ווערט דאָ שיין אויפֿגעלעבט, אַ דאַנק דער אַנימאַציע פֿון שוראַ ווײַסמאַן ע”ה, וואָס איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַוועק אין דער אייביקייט צו 59 יאָר.
אינעם ווידעאָ, פּראָדוצירט און רעזשיסירט פֿון שוראַ ווײַסמאַנס טאָכטער, די פּעדאַגאָגין — אַסיאַ ווײַסמאַן, ווערט דאָס ליד געזונגען פֿון אַסיאַן און איר מאַן, דעם דירעקטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע“ — זכריה שולמאַן, מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון בנימין גינזבערג. די צייכענונגען זענען פֿון אַלעקסאַנדער ווײַסמאַן.
דאָס איז איינס פֿון אַ סעריע לידער וואָס שוראַ ווײַסמאַן האָט געמאַכט אַנימאַציעס דערפֿאַר. צווישן די אַנדערע לידער קען מען זען אירע ווידעאָס פֿון „װאָס האָט ליב אַ ייִדעלע“ פֿון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן און „טיק־טאַק“ פֿון שיקע דריז.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO