„דער אַמעריקאַנער חלום‟ אין דער פּראָזע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און מאַרי אַנטין“The American Dream” in the prose of Kadya Molodovsky and Mary Antin
הגם ביידע האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע פֿון מיזרח־אייראָפּע, זענען זייערע באַציִונגען צו ענגליש און דער אַמעריקאַנער קולטור געווען גאָר אַנדערש.
די ריזיקע ייִדישע עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט געבראַכט קיין אַמעריקע אַ רײַכע און פֿילפֿאַרביקע ייִדישע ליטעראַטור, אויף ענגליש, ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע שפּראַכן.
בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק געוואָרן אַ גרויסער מיטלפּונקט פֿון דער ייִדישער קולטור. דער היסטאָריש־קולטורעלער פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע, ווי אויך די צעבליִונג פֿון דער ייִדישער עמיגראַנטישער ליטעראַטור, האָט מען שוין גוט אויסגעפֿאָרשט. מע קען געפֿינען אַ צאָל אינטערעסאַנטע עסייען און פֿאָרשונגען בנוגע דער געשיכטע, אַנטוויקלונג און מעמד פֿון דער עמיגראַנטן־ליטעראַטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי אַ ליטעראַטור פֿון אַ נאַציאָנעלער מינדערהייט. דער וועג פֿון דער ייִדישער שרײַבערין אין די נײַע באַדינגונגען פֿאַר די ייִדן איז ניט געווען גרינג, און ווי דאָס אַרטיקל וועט ווײַזן, זײַנען פֿרויענס ליטעראַרישע אויסקלײַבן ניט אַלע מאָל געווען פּאָליטיש – אָדער אידיאָלאָגיש־געשטימט און זיי זײַנען שטאַרק באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון זייער פּערזענלעכן גורל.
פֿון דעם קוקווינקל איז אינטערעסאַנט אַרײַנצוקוקן אין די געקליבענע פּראָזע־ווערק פֿון צוויי באַרימטע ייִדישע עמיגראַנטקעס פֿון גראָדנער גובערניע, הײַנט ווײַסרוסלאַנד, אין יענער צײַט — אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע: קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894–1974), איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע פֿיגורן אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועלכע האָט, נאָך איר עמיגראַציע קיין אַמעריקע, ווײַטער געשריבן פּאָעזיע און פּראָזע אויף ייִדיש, און מאַרי אַנטין (1881–1941), וועלכע האָט דווקא באַשלאָסן צו שרײַבן אויף ענגליש און געוואָרן אַ געלונגענע אַמעריקאַנער שרײַבערין.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ביידע שרײַבערינס האָבן געשילדערט דעם עמיגראַציע־פּראָצעס פֿון מיזרח־אייראָפּע און די ייִדישע אַסימילאַציע אין אַמעריקע פֿון צוויי פֿאַרשיידענע היסטאָרישע תּקופֿות, זעען מיר גאָר אַ סך ענלעכקייטן אי צווישן זיי אַליין, אי צווישן זייערע העלדינס. עס איז אָבער כּדאַי צו באַמערקן, אַז באַשרײַבנדיק צוויי פֿאַרשיידענע לעבנס־געשיכטעס האָבן די פֿרויען געחלומט גאָר אַנדערע חלומות אין צוויי באַזונדערע שפּראַכן, און זייערע ווערק שאַפֿן אין גאַנצן אַנדערע נאַראַטיוון פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן און דעם „אַמעריקאַנער חלום‟.
נאָך זעקס יאָר אין אַמעריקע, אין וועלכע מאָלאָדאָווסקי האָט געשריבן פּאָעזיע, שילדערנדיק איר עמיגראַציע ווי אַן אויסוואָרצלונג פֿון פּוילן, האָט זי פֿאַראייביקט די דאָזיקע איבערלעבונג אינעם ראָמאַן, „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק: טאָג־בוך פֿון רבקה זילבערג‟ (1941), וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין המשכים אין צוויי ייִדישע צײַטונגען: „מאָרגן זשורנאַל‟ אין ניו־יאָרק און „די פּרעסע‟ אין בוענאָס־אײַרעס. עס לייענט זיך באמת ווי אַ טאָג־בוך פֿון אַ יונגער עמיגראַנטקע, וואָס איז אין יאָר 1939 אַנטלאָפֿן פֿון לובלין קיין ניו־יאָרק.
אינעם „טאָג־בוך פֿון רבֿקה זילבערג‟, האָט מאָלאָדאָווסקי געשילדערט די אמתע היסטאָרישע געשעענישן צווישן די יאָרן 1939–1940: אַ באָמבאַרדירונג און די נאַציסטישע אָקופּאַציע פֿון לובלין אין 1939 און דעם אַרײַנקום פֿון איטאַליע צו דער מלחמה. דער ראָמאַן באַציט זיך סײַ צום עמעגראַציע־פּראָצעס גופֿא, סײַ צו רבֿקהס נײַעם לעבן אין אַמעריקע, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכע קולטורעלע באַקאַנטשאַפֿט מיט פֿאַרשיידענע עמיגראַנטן־גרופּעס, פֿונעם מעמד פֿון די נײַע און די אַלטע עמיגראַנטן אַנטקעגן די אין־אַמעריקע־געבוירענע, דעם מעמד פֿון די ייִדן אַנטקעגן אַנדערע עמיגראַנטן, די באַציִונגען צווישן דעם יונגן און אַלטן דור ייִדן, די שווערע אַרבעט־באַדינגונגען אין דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט און די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער עיקרדיקער מאָטיוו פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן און מאָלאָדאָווסקיס אַנדערע פּראָזע־ווערק איז געווען די שפּאַנונג צווישן דער אַלטער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער וועלט און דער אַמעריקאַנער קולטור, וואָס די שרײַבערין האָט אַרויסגעוויזן דורך דער שפּאַנונג צווישן ייִדיש און ענגליש.
יענע לייענערס, וועלכע זיינען באַקאַנט מיט דער אויטאָביאָגראַפֿיע פון מאָלאָדאָווסקי קענען באַלד באַמערקן, אַז דער ראָמאַן, „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟, איז אַ באַאַרבעטונג פֿון איר אייגענער לעבנס־געשיכטע, אַחוץ עטלעכע פֿאַקטן און אונטערשיידן צווישן דער באַרימטער שרײַבערין און איר יונגער העלדין: בעת איר עמיגראַציע קיין אַמעריקע איז רבֿקה זילבערג געווען 21 יאָר אַלט און זי האָט ניט געהאַט קיין מעמד אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, אַנטקעגן מאָלאָדאָווסקי, וועלכע איז געווען 41 יאָר אַלט און האָט זיך שוין פֿון לאַנג קונה־שם געווען ווי אַ נאַציאָנעלע ייִדיש־פּוילישע דיכטערין, ווען זי האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע אין יאָר 1935. ענלעך צו מאָלאָדאָווסקין, איז רבֿקהס עמיגראַציע בכלל ניט געווען קיין חלום. זיסע חלומות וועגן אַמעריקע, מיט וועלכע עס זיינען באַקאַנט די לייענערס פֿון ענגליש־אַמעריקאַנער ליטעראַטור ווי, למשל, מאַרי אַנטין און אַנזיאַ יעזערסקאַ, האָבן נישט געהאַט קיין אָרט אין מאָלאָדאָווסקיס ווערק. סײַ מאָלאָדאָווסקיס, סײַ רבֿקהס עמיגראַציע איז געווען אַ געצוווּנגענע זאַך צוליב אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן; ביידע פֿרויען האָבן געשטאַמט פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע, ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, וועלכע האָבן דערצויגן זייערע קינדער אין אַ ייִדישן גײַסט.
אין אַמעריקע וווינען סײַ מאָלאָדאָווסקי סײַ רבֿקה זילבערג אויף דער זעלבער גאַס–„גראַנד סטריט‟. „אַ הויז אויף גראַנד סטריט‟ איז אויך דער טיטל פֿון מאָלאָדאָווסקיס פּיעסע. ביידע פֿרויען טרעפֿן זיך מיט זייערע משפּחות, וואָס האָבן עמיגרירט מיט אַ סך יאָרן פֿריִער און האָבן שוין אין גאַנצן פֿאַרלוירן זייער פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט. סײַ מאָלאָדאָווסקי סיי רבֿקה האָבן געהאַט קרובֿים אין פּוילן וואָס זײַנען דערהרגעט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביידע פֿילן זיך געריסן צווישן צוויי מענער, צווישן צוויי ליבע־געשיכטעס, צווישן צוויי וועלטן, צווישן זייערע ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיעס און דעם סאָציאַלן וווילשטאַנד אין אַמעריקע. דאָס פֿילן זיך צעריסן צווישן די צוויי וועלטן איז אין גאַנצן אַן אויטאָביאָגראַפֿישער מאָטיוו פֿונעם ראָמאַן. מאָלאָדאָווסקי, וועלכע איז במשך פֿון איר גאַנץ לעבן געווען שטאַרק פֿאַרליבט אין דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער דוד בערגעלסאָן אָבער האָט חתונה געהאַט מיט שׂמחה לעוו, האָט פֿאַראייביקט אינעם ראָמאַן איר אייגענעם גורל.
די טשיקאַווע זאַך איז אַז סײַ קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, סײַ איר העלדין, רבֿקה, האָבן ניט געקענט קיין ענגליש. צוליב דעם ווערט די יונגע און טאַלאַנטירטע רבֿקה אַ האַנטווערקערין, בשעת מאָלאָדאָווסקי האָט געקענט זיך אויסהאַלטן פֿון איר ליטעראַרישער טעטיקייט אויך אין אַמעריקע. נישט געקוקט אויף אַלע זייערע מעלות, פֿעיִקייטן, זייער פּאָעטישער נשמה און אַ גוטער ייִדישער דערציִונג פֿון דער אַלטער היים, האָבן ביידע פֿרויען זיך געלערנט ענגליש נאָר אויף קורסן פֿון זייער אַ נידעריקן ניוואָ. אין אַ הומאָריסטישן טייל פֿונעם ראָמאַן, „ענגליש‟ באַשרײַבט מאָלאָדאָווסקי ווי אַזוי רבֿקה לערנט זיך ענגליש פֿון דעם „רידינג בוק‟ מיט איר חבֿר, רעד לאָיט, קאָמבינירנדיק ענגלישע ווערטער מיט ייִדישע: „קאַם אָווער היר‟ (קום אַהער), „דאָנ’ט בי לעיזי‟ (זײַ ניט לייזי), „טעיק איט איזי‟ (נעם דאָס איזי) און אַזוי ווײַטער. באַלד פֿאַרשטייט רבֿקה אַז אַזאַ שפּראַך־לימוד העלפֿט איר ניט און זי פֿאַרשרײַבט זיך אויפֿן אָוונט־קורס. זי לערנט זיך ווײַטער ענגליש כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין דער טעקסטיל־אינדוסטריע און זי האָט חתונה מיט אַן אַמעריקאַנער מאַנסביל כּדי צו באַקומען אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט.
איר נײַע שפּראַך איז אַ טעכנישע פֿונקציע; רבֿקה, אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין, איז גײַסטיק פֿאַרבליבן אין לובלין און האָט זיך ניט געפֿונען קיין אָרט אין ניו־יאָרק. ווי מאָלאָדאָווסקי, לעבט זי אין צוויי וועלטן: די נײַע קאַפּיטאַליסטישע וועלט און דער מיזרח־אייראָפּעיִשער גײַסט און קולטור. ס׳איז קלאָר אַז איר באַקענען זיך מיט דער אַמעריקאַנער קולטור אויפֿן אָוונט־קורס וועט קיינמאָל ניט דערמעגלעכן רבֿקהן צו חלומען אָדער שרײַבן אויף ענגליש. איר נײַע שפּראַך איז אויסגעליידיקט פֿון תּוכן און נשמה. ווי מאָלאָדאָווסקי אַליין, אין די דאָזיקע באַדינגונגען איז רבֿקהן אוממעגלעך זיך אײַנצוגלידערן אין דער רײַכער ענגליש־אַמעריקאַנער קולטור, אָדער אַפֿילו זיך אויסצולערנען ענגליש. פֿאַרבײַגייענדיק, לאָמיר דערמאָנען אַז איינער פֿון די ייִדישע שרײַבערס וואָס האָט זיך יאָ אויסגעלערנט און געשריבן אויף ענגליש איז געווען יצחק באַשעוויס.
דער ענגלישער שפּראַך־לימוד איז אַ געמיינזאַמער נאַראַטיוו פֿון מאָלאָדאָווסקי אינעם ראָמאַן, „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟ (1941) און פֿון אַנטין אין איר אויטאָביאָגראַפֿיע אויף ענגליש, „דאָס צוגעזאָגטע לאַנד‟ (1912). דאָס דאָזיקע מעשׂה־דערציילן גופֿא שילדערט דעם סאַמע ערשטן עטאַפּ פֿונעם אָנשליסן זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט וואָס איז אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיט ענגליש. אַ בליק אויף די ביידע ווערק פון אַנטין און מאָלאָדאָווסקי אַנטפּלעקט אַז די ריזיקע אונטערשיידן צווישן די צוויי שרײַבערינס זײַנען געוואָרן אַ גורלדיקער פֿאַקטאָר אינעם לעבן סײַ פֿון די שרײַבערינס, סײַ פֿון זייערע העלדינס. אַנטין האָט אָנגעשריבן איר אויטאָביאָגראַפֿיע ווען זי איז געווען 21־יאָר אַלט, און 31 יאָר אַלט ווען איר בוך איז אַרויס. דאָס בוך איז אַ לעבנס־באַשרײַבונג פֿון אַ מיידל צווישן 13 און 19 יאָר אַלט, וואָס האָט באַקומען די פּריווילעגיע זיך צו לערנען ענגליש אונטער די אויסערגעוויינטלעכע באַדינגונגען פֿון אַן אַמעריקאַנער פּריוואַטער שול און האָט זיך פֿאַרליבט אין ענגליש און אין דער אַמעריקאַנער קולטור. די וואָס האָט די ערשטע געעפֿנט פֿאַר מאַרי די טירן פֿון אַן אַמעריקאַנער היים איז געווען איר באַליבטע לערערין, מיס דילינגהאַם, וואָס האָט גלײַך דערקאָנט דעם גרויסן פּאָטענציאַל פֿון איר טאַלאַנטירטער תּלמידה צו ווערן אַ שרײַבערין און האָט זי געלערנט די שפּראַך־שטודיעס אויף אַ הויכער מדרגה.
שטאַרק להיפּוך צו מאָלאָדאָווסקיס אונטערשטרײַכן די אונטערשיידן צווישן רבֿקה זילבערגס ייִדיש־עטנישער אידענטיטעט און דער אַמעריקאַנער קולטור און איר קריטיק פֿון אַמעריקע בכלל, האָט אַנטין געניצט דעם באַגריף פֿון יציאת־מצרים צו באַשרײַבן איר אימיגרירן קיין אַמעריקע. איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער אַמעריקאַנער קולטור איז געווען זייער ווײַט פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס אָדער פֿון רבֿקהס איבערלעבונגען מיטן „רידינג בוק‟, און זי באַשרײַבט איר פֿאַרלאַנג נאָך אַ טיפֿער, גייַסטיקער פֿאַרבינדונג מיט ענגליש דורך דער ענגליש־אַמעריקאַנער ליטעראַטור: „עס דאַכט זיך מיר אַז גליק איז נישט אַזוי זיס, אַז לאָגיק איז נישט אַזוי קלאָר אויף יענער אַנדערער שפּראַך”. אין אירע אויגן איז די אַמעריקאַנער שטאָטישע ביבליאָטעק געווען איר אייגענער „פּאַלאַץ”.
פֿון דעסטוועגן, ווי עס איז גוט באַקאַנט אי פֿון פֿאַרשיידענע מקורים, אי פֿונעם לעבן, איז ניטאָ קיין עמיגראַציע וואָס איז פֿול מיט מילך און האָניק. בײַם אָנהייב פֿונעם בוך דערקלערט אַנטין אַז איר ווערק איז פֿאַקטיש „אַ מעשׂה פֿון טויט און ווידער געבוירן ווערן”, אַז זי איז געוואָרן אין גאַנצן אַן אַנדער מענטש פֿון דעם, וועמענס לעבנס־געשיכטע זי באַשרײַבט; מיט אַנדערע ווערטער—„אַ נײַע נשמה אינעם זעלביקן גוף”. אין דער אויטאָביאָגראַפֿיע באַשרײַבט זי אַ שלמותדיקן מוסטער פֿונעם אַמעריקאַנער שמעלצטאָפּ וואָס איר, אַ טאַלאַנטירטער יונגער עמיגראַנטקע, איז מעגלעך געווען צו אַדאַפּטירן אַ דאַנק איר באַוווּסטזיניקן אָפּוואַרפֿן איר רוסיש־ייִדישע אידענטיטעט. די שיינע ווײַסרוסישע שטעט פּאָלאָצק און וויטעבסק און טײַך דווינאַ— די סבֿיבֿה פֿון אירע קינדער־יאָרן — האָט זי פֿאַרלאָזט אין גאַנצן, אין פֿאַרגלײַך מיט מאָלאָדאָווסקין און רבֿקהן, וועמענס חורבֿות פֿון פּוילן סימבאָליזירן גאָר וויכטיקע לעבנס־איבערלעבונגען. אַן אַנאַליז פֿון די צוויי ווערק, ווי אויך פֿון דער רײַכער ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אַנטפּלעקט אַ בולטן תּהום צווישן די צוויי שרײַבערינס וואָס איז אַרויסגעוואַקסן פֿון איין זאַך: די באַדינגונגען פֿונעם שפּראַך־לימוד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO