מאָלערין און קינד פֿון דער שארית־הפּליטה באַשרײַבט איר זוכעניש נאָך שיינקייטPainter and child of Holocaust survivors describes her continual search for beauty
מינדל װײַזעלס אַבסטראַקטע לײַװטן רעדן דירעקט צום צוקוקער, אָן װערטער אָדער פֿיגוראַטיװע געשטאַלטן.
Mindy Weisel
AFTER: The Obligation of Beauty
Whitefox Publishing, 208 pp.
„מיר אַלע האָבן אונדזערע אײגענע געשיכטעס. מײַן געשיכטע איז ניט װעגן דעם חורבן,‟ שרײַבט די קינסטלערין מינדל װײַזעל בײַם אָנהײב פֿון איר בוך, „דערנאָך: דאָס התחײַבֿות פֿון שײנקײט‟. זי דערקלערט, אַז זי איז געבױרן געװאָרן אינעם די–פּי–לאַגער בערגען–בעלזען אין יאַנואַר פֿון 1947 — צװישן די ערשטע קינדער פֿון עלטערן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און האָבן חתונה געהאַט שױן נאָך דער מלחמה. איר טאַטע שטאַמט פֿון אַן אָרעמער פֿרומער משפּחה אין מאַרמעראָש און די מאַמע קומט פֿון אַ מער װעלטלעכער בירגערלעכער שטוב אין בודאַפּעשט. מינדל איז אױפֿגעװאַקסן אין ברוקלין, װוּ די טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג פֿון אירע טאַטע-מאַמע איז געװען אַ טײל פֿון איר טאָג-טאָגלעכן לעבן.
װען די משפּחה איז ערשט געקומען קײן אַמעריקע, האָט מינדל גערעדט בלױז ייִדיש, אָבער װען זי איז שױן געװען זיבן יאָר אַלט, האָט זי אַלײן געקענט פֿאָרן מיטן סאָבװײ פֿון דער שול צו איר טאַטע־מאַמעס בעקערײַ. זי האָט שפּעטער געפֿרעגט בײַ איר טאַטן, הלמאַי זײ האָבן ניט געהאַט קײן מורא צו לאָזן אַזאַ קלײן מײדל פֿאָרן אַלײן איבער דער שטאָט? האָט דער טאַטע געענטפֿערט: „מינדעלע, זײַ ניט קײן נאַרעלע. אין בערגען-בעלזען, װען דו ביסט געװען אַ יאָר מיט אַ האַלב אַלט, ביסטו שוין געװען אַ דערװאַקסענע. ביסט שױן דעמאָלט געװען זעלבשטענדיק.‟
אויפֿצוװאַקסן אין אַזאַ משפּחה איז ניט געװען לײַכט פֿאַר אַ יונג מײדל: „מײַנע עלטערן האָבן געהאָרעװעט לאַנגע שעהען אין דער בעקערײַ, זעקס טעג אַ װאָך. זײ זײַנען תּמיד געװען אין אײַלעניש, איך האָב זײ כּמעט קײן מאָל ניט געזען זיך צוזעצן און זיך אָפּרוען.‟ בײַ דער מאַמען, האָט מינדל רעפּרעזענטירט די גאַנצע װעלט: „איך האָב געדאַרפֿט שפּילן די ראָלעס פֿון איר מאַמע, איר שװעסטער, איר חבֿרטע, איר דערפֿאָלג.‟
אַזאַ איז געװען דער שװערער פּסיכאָלאָגישער עול, װאָס עס האָט געדאַרפֿט טראָגן דאָס ערשטע קינד בײַ די עלטערן, װעלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט אױסגעפֿורעמט איר כאַראַקטער. „איך װער ניט מיד בשעתן אַרבעטן. איך װער ניט מיד װען איך טו עפּעס, אָבער דערנאָך — צעפֿאַל איך זיך אױף שטיקער‟. דער חורבן איז פֿאַרבליבן פֿאַר איר „דער שװאַרצע לאָך, אין װעלכן איך בין געבױרן געװאָרן.‟
װײַזעלס קונסט האָט ניט קײן דירעקט בילדעריש שײַכות מיטן חורבן. זי אַרבעט לרובֿ אינעם סטיל פֿון אַבסטראַקטן עקספּרעסיאָניזם, װאָס איז געװאָרן הױפּטשטראָמיק אין דער אַמעריקאַנער קונסט זינט די 1950ער יאָרן. די פֿילפֿאַרביקע לײַװנטן אירע טראָגן אין זיך שפּורן פֿון אינטענסיװן שעפֿערישן מי. צומאָל הײבט זי אָן איר אַרבעט מיטן אָנשרײַבן אײנצלנע װערטער אױפֿן לײַװנט, און שפּעטער װערן די דאָזיקע װערטער באַמאָלט דורך שיכטן פֿון פֿאַרשײדענע פֿאַרבן. בולט אין װײַזעלס פּאַליטרע איז בלױ ווי, למשל, אין איר בילד, Memory, Like Lace, is Full of Holes (דער זכּרון, ווי קרוזשעווע, איז פֿול מיט לעכער). דער דאָזיקער קאָליר װערט אָפֿט מאָל אַסאָציִיִרט מיט רוחניות, אָבער בײַ װײַזעל טראָגט בלױ אױך אַן אינטימען פּערזענלעכן זין: דאָס איז געװען איר מאַמעס באַליבטסטער קאָליר.
מינדל װײַזעלס בוך, „דערנאָך: דאָס התחײַבֿות פֿון שײנקײט‟, איז אַ געמיש פֿון זכרונות, טאָגביכער, רײַזע-נאָטיצן און חקירות װעגן דער קונסט און איר עפֿנטלעכער ראָלע. דאָס װאָרט „דערנאָך‟ אינעם טיטל פֿונעם בוך מײנט אַװדאי „נאָכן חורבן‟, כאָטש קײן עכטע חורבן–געשיכטעס זײַנען אינעם בוך ניטאָ. די קשיא, װאָס װײַזעל שטעלט פֿאַר זיך און פֿאַר דער װעלט, איז אַ ברײטע: „װער בין איך? װי אַזױ קען איך געפֿינען די מאָס פֿון שלום, פֿון זינען אַלײן און פֿון דער שײנקײט אין דער װעלט?‟ דאָס בוך איז אַ פּרוּװ צו באַהאַנדלען די דאָזיקע פֿראַגעס פֿון צװײ שטאַנדפּונקטן, דעם פּערזענלעכן און דעם עסטעטישן. זי קומט ניט צו קײן גרײטע קלאָרע ענטפֿערס. אַנשטאָט דעם לאָזט זי דעם לײענער נאָכגיין איר געדאַנקענגאַנג דורך װערטער און בילדער.
הײַנט צו טאָג, װען דער דור, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן גײט לעולמו, קומען זײערע קינדער אַרױס פֿונעם שאָטן פֿון זײערע עלטערנס לײַדן. אָבער װאָס קענען זײ טאָן, פֿרעגט װײַזעל. „װאָס פֿאַר אַ מין טענות קענען מיר האָבן? מיר האָבן ניט געהונגערט אין אױשװיץ. אין די אױגן פֿון אונדזערע עלטערן האָט אונדז גאָר ניט געפֿעלט. מיר זײַנען אַ גאַנצער דור װאָס האָט געקוקט אין אונדזערע עלטערנס פּנימער כּדי צו זען װי זײ האָבן געליטן. אונדזער ערשטע שפּראַך איז געװען אונדזער עלטערנס פּנימער.‟ װײַזעלס אַבסטראַקטער סטיל איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר דער באַהאַנדלונג פֿון אַזוינע קשיות. אַבסטראַקטע בילדער לאָזן זיך אױסטײַטשן אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. זײ טראָגן אין זיך די טיפֿקײט פֿון דעם קינסטלערס געפֿילן אָבער װײַזן ניט קײן קאָנקרעטע פֿיגוראַטיװע געשטאַלטן.
מינדל װײַזעל איז אַ הצלחהדיקע קינסטלערין. זי האָט באַקומען אַ דערמוטיקונג פֿון אַזאַ חשובֿן כּלל-טוער װי אלי װיזעל (ער איז געװען איר טאַטנס אַ לאַנדסמאַן פֿון טראַנסילװאַניע). עס זענען שוין פֿאָרגעקומען אַ היפּשע צאָל אױסשטעלונגען פֿון אירע װערק, און אַ סך פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריװאַטע זאַמלונגען און עפֿנטלעכע מוזײען. אירע ברײטע אַבסטראַקטע פֿאַרביקע לײַװנטן רעדן דירעקט צו דעם צוקוקערס כּוח–הדמיון, אָן שום פֿאַרמיטלונג פֿון װערטער אָדער פֿיגורן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO