ווידעאָ: מוטי שטיינמעץ זינגט וועגן אַ פֿאַרמער וואָס מוז עובֿר זײַן אויף די שמיטה־געזעצןVIDEO: Motty Steinmetz sings about a farmer forced to go against shmita laws
מוטי שטיינמעץ, אַ שטאַרק פּאָפּולערער זינגער אין דער חסידישער וועלט, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ייִדישן מוזיק־ווידעאָ אויף יוטוב, „אַ שמיטהלע געוויין‟. דאָס ליד באַשרײַבט די יסורים פֿון אַ ייִדישן פֿאַרמער וואָס מוז אַקערן די ערד אַפֿילו אינעם שמיטה־יאָר כּדי אויסצוצאָלן אַלע זײַנע חובֿות.
דאָס שמיטה־יאָר, וואָס הייסט אויך שבֿיעית, איז דאָס זיבעטע יאָר פֿונעם אַגריקולטורעלן ציקל, ווען די תּורה הייסט אַלע ייִדן אין ארץ־ישׂראל איבערלאָזן אומבאַאַרבעט די פֿעלדער. בײַ אָרעמע פֿאַרמער איז דאָס אָפֿט אַ ריזיקער עול ווײַל דאָס באַאַרבעטן די ערד איז זייער איינציקער קוואַל פֿון פּרנסה.
דער 29־יאָריקער מוטי שטיינמעץ איז אַ וויזשניצער חסיד פֿון בני־ברק. ווען ער איז געווען 14 יאָר אַלט, און שוין דעמאָלט אָנגעהויבן שאַפֿן לידער, האָט זײַן זיידע זיך איבערגעצויגן פֿון אַנטווערפּן קיין ישׂראל, און האָט גלײַך אָנגעהויבן אויסלערנען זײַן אייניקל די אַלטע וויזשניצער ניגונים, וואָס האָבן מיט דער צײַט שטאַרק באַווירקט מוטיס אייגענעם מוזיקאַלישן סטיל.
זײַנע מוזיק־ווידעאָס אויף יוטוב האָט מען שוין געזען צענדליקער מיליאָנען מאָל.
דאָס ליד, „אַ שמיטהלע געוויין‟, איז באַשטעלט געוואָרן פֿון קרן השביעית, אַ ישׂראלדיקע צדקה־אָרגאַניזאַציע וואָס שטיצט פֿינאַנציעל די אָרעמע פֿאַרמערס במשך פֿונעם שמיטה־יאָר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO