ווידעאָ: הרבֿ סאָלאָווייטשיקס מערקווערדיקע דרשה וועגן תּשובֿה טאָןWATCH: Rabbi Soloveichik’s memorable sermon about repentance
דער גרויסער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מנהיג פֿאַרבינדט אַ דראַמאַטישע איבערלעבונג זײַנע מיט די ענינים תּשובֿה, ראָש־השנה און תּקיעת־השופֿר.
אויף יוטוב קען מען הײַנט געפֿינען אַ ריי דרשות אויף ייִדיש, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, געהאַלטן פֿונעם שטערן פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, דובֿ־בער סאָלאָווייטשיק ז״ל (1903 – 1993). ערבֿ די ימים־נוראָים איז טאַקע אַ פּאַסיקע צײַט זיך צוצוהערן צו איינער פֿון זײַנע רירנדיקסטע — וועגן תּשובֿה טאָן.
די דרשה, וואָס הייסט „הרהור תּשובֿה‟, האָט הרבֿ סאָלאָווייטשיק (באַקאַנט בײַ זײַנע תּלמידים און אָנהענגער ווי, פּשוט, „דער רבֿ‟) געהאַלטן אין 1975.
במשך פֿון 40 מינוט פֿאַרבינדט ער דעם ענין פֿון תּשובֿה, ראָש־השנה און תּקיעת־השופֿר מיט זײַן אייגענער אַ פּערזענלעכער איבערלעבונג. הגם ער רעדט מיט גאַנץ פּשוטע ווערטער אויף אַ געשמאַקן ליטווישן ייִדיש, שפּירט זיך אין זײַן דרשה סײַ אַ גרויסע רבנישע און בעל־מוסרדיקע חכמה, סײַ מענטשלעכקייט און ליבשאַפֿט.
צום באַדויערן, הערט מען הײַנט זעלטן אַן עכטן ליטווישן ייִדיש, אַפֿילו אין די פֿרומע „ליטווישע‟ קרײַזן. אין אַזעלכע ערטער, ווי דער טיף חרדישער קוואַרטאַל מאה־שערים אין ירושלים, רעדן די דאָרטיקע ליטוואַקעס שוין עטלעכע דורות לאַנג אַ געמיש פֿונעם ליטווישן און אונגערישן דיאַלעקט. די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קהילות אַסאָציִיִרן זיך בכלל נישט מיט ייִדיש.
הרבֿ סאָלאָווייטשיק איז געבוירן געוואָרן אינעם רײַסישן שטעטל פּרוזשענע, נישט ווײַט פֿון בריסק. זײַן זיידע איז געווען דער באַרימטער בריסקער רבֿ, ר׳ חיים סאָלאָווייטשיק, דער שאַפֿער פֿון אַן אייגנאַרטיקער שיטה פֿון גמרא־לערנען. ר׳ חיימס טאַטע, דער גרינדער פֿון דער דאָזיקער רבנישער משפּחה, וואָס האָט מחבר געווען דעם באַרימטן ספֿר שאלות־ותּשובֿות, „בית הלוי‟, האָט אויך געהייסן יוסף־בער.
להיפּוך צו זײַנע אָבֿות, וועלכע האָבן באַטראַכט די וועלטלעכע בילדונג ווי אַ טרייפֿענעם עסק, האָט דער יונגער סאָלאָווייטשיק פֿאַרענדיקט אַ גימנאַזיע אין דובנע. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין אוניווערסיטעטן און פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אין 1932 (אַ טייל זײַנע ביאָגאַרפֿיעס זאָגן, אַז אין 1930, אָבער ס׳איז א טעות). אינעם זעלבן יאָר, 1932, איז ער אַוועק קיין אַמעריקע.
זייער אינטערעסאַנט און מערקווירדיק איז געווען דער טעזיס פֿון סאָלאָווייטשיקס דאָקטאָראַט: עפּיסטעמאָלאָגיע און מעטאַפֿיזיק פֿונעם ייִדיש־דײַטשישן דענקער, הערמאַן כּהן. ס׳רובֿ מענטשן אין דער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון די הײַנטיקע קרײַזן, ווייסן בכלל נישט, אַפּנים, וואָס מיינט עפּיסטעמאָלאָגיע. דאָס איז איינס פֿון די עיקר־געביטן אין פֿילאָסאָפֿיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן עצם ענין פֿון ידיעה, וואָס שטרעבט צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דער מענטש אָנערקענט און פֿאַרשטייט זײַן אינערלעכע און דרויסדיקע וועלט.
הערמאַן כּהן איז געווען אַ וועלטלעכער ייִד, אָבער האָט געהאַט אַן אייגענעם צוגאַנג צו ייִדישקייט, וואָס קלינגט, אין דער אמתן, גאַנץ טראַדיציאָנעל: להיפּוך צו אַ סך משׂכּילים, האָט ער געהאַלטן, אַז די ייִדישע טראַדיציע עקזיסטירט מחוץ די גרענעצן פֿון דער מענטשלעכער און אַפֿילו ייִדישער געשיכטע; ייִדישקייט איז אַ זאַך פֿאַר זיך. דאָס האָט משפּיע געווען אויף סאָלאָוויטשיקס קאָנצעפּציע פֿונעם „הלכהדיקן מענטש‟. לויט זײַן שיטה, געפֿינט זיך אַ ייִד, וואָס לעבט על־פּי הלכה, כּמעט אין אַן אַנדער וועלט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַרומיקע מענטשן – ווי אַן „איש ההלכה‟, און נעמט אויף אַנדערש די גאַנצע רעאַליטעט.
אַ טייל קריטיקער פֿון ר׳ סאָלאָווייטשיק האָבן געטענהט, אַז זײַן פֿילאָסאָפֿיע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גוזמאדיקע ווערסיע פֿון דער ליטוויש־מנגדישער שיטה. דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז ער האָט נישט געהאַלטן פֿון חסידות. אַדרבה, כּמעט בײַם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן דרשה וועגן תּשובֿה קענט איר הערן, ווי ער דערמאָנט קבלה און חסידישע מחזורים.
ווי אַ פּראָמינענטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער מנהיג און דער לאַנג־יאָריקער ראָש־ישיבֿה פֿונעם ישיבה־אוניווערסיטעט, האָט הרבֿ סאָלאָווייטשיק ז״ל איבערגעלאָזט אַ גרויסע גײַסטיקע ירושה – סײַ ווי אַ פּוסק, סײַ ווי אַ פֿילאָסאָף, סײַ ווי אַ ייִדיש־שפּראַכיקער בעל־דרשן. איצט האָט איר אַ גוטע געלעגנהייט אויסצוהערן זײַן דרשה לכּבֿוד די ימים־נוראָים אויף אַן עכטן ליטוויש־רײַסישן, אָבער אויך זייער אַ רײַכן, מאָדערנעם, אינטעליגענטן ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO