ווידעאָ: דזשאַש וואַלעצקיס קלאָגליד וועגן דעם 11טן סעפּטעמבערVIDEO: Songwriter Josh Waletzky’s elegy for the victims of 9/11
דער קאָמפּאָזיטאָר דערציילט פֿאַר וואָס ער רופֿט זײַן ליד „איין וועלט“ .
„אויף אַ בית־עולם שפּילט מען נישט קיין טעאַטער.‟ אַזוי ציטירט דער ברוקלינער קאָמפּאָזיטאָר און פֿילמאָגראַף דזשאַש װאַלעצקי די באַרימטע װערטער פֿון װילנער געטאָ, װאָס עטלעכע אײַנװוינערס האָבן געניצט װי אַ מאָטאָ קעגן דעם פֿאָרשטעלן פּיעסעס אין די חורבן־טעג.
מען האָט אָבער דװקא יאָ געשפּילט אַ סך טעאַטער אין װילנער געטאָ.
און גלײַך נאָך די אַטאַקן פֿון 11טן סעפּטעמבער האָט װאַלעצקי דװקא געשריבן אַ זינגליד, אַ קלאָגליד װאָס שפּיגלט אָפּ דעם טרויער, דעם שרעק, און די אומזיכערקייט פֿון יענער עפּאָכע אין 2001.
די ביטערע בשׂורה װעגן דעם ערשטן אויפֿרײַס אין די צװילינג־טורעמס האָט װאַלעצקי דערהערט בעת ער האָט גערעדט טעלעפֿאָניש מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אָנשטימער, אָפּרעדנדיק אַ צײַט װען יענער זאָל קומען אָנשטימען בײַ אים די פּיאַנע.
פּלוצעם טוט דער אָנשטימער אַ פֿרעג: „צי קוקסטו איצט אויף טעלעוויזיע?‟
„ניין,” האָט װאַלעצקי געענטפֿערט.
„נו, לאָמיר טאַקע אויפֿהערן צו רעדן. גיב אַ קוק.‟
נישט לאַנג נאָך דעם האָט װאַלעצקי, צוזאַמען מיטן זינגער און גיטאַריסט דזשעף װאַרשאַוער און אַנדערע חבֿרים פֿון די ניו־יאָרקער קלעזמער־קרײַזן, אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַ מוזיקאַלישן בענעפֿיט װאָס זאָל העלפֿן די משפּחות פֿון די קרבנות. אויף אָט דער אונטערנעמונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 30טן סעפּטעמבער 2001 — ווייניקער װי דרײַ װאָכן נאָך די אַטאַקן — האָט װאַלעצקי געזונגען דאָס ליד עפֿנטלעך צום ערשטן מאָל.
„עס האָט נאָך אַלץ געהאַט אַ מאָדנע געפֿיל — האָט װאַלעצקי געדענקט — אינעם שאָטן פֿון אַזוי פֿיל אומגעבראַכטע, צו שפּילן מוזיק.‟
פֿאַר אַ טיטל האָט ער אויסגעטראַכט די פֿראַזע, „איין װעלט“. כאָטש אינעם ליד הערט מען בכלל נישט די װערטער טראָגן זיי אַ װאָגיקן באַטײַט. ערשטנס איז די פֿראַזע אַ טראַגישער, איראָנישער קאָמענטאַר װעגן דער לאַגע פֿון אַ װעלט װאָס איז אייגנטלעך אַזוי אַרומגערינגלט מיט האַס און צאָרן אַז מע צערײַסט זי יעדן טאָג מיט טעראָר, מלחמות, העצערײַען, דיסקרימינאַציע און מאָרד.
צווייטנס, פֿאַררופֿט זיך „איין װעלט‟ אויפֿן אַדרעס גופֿא פֿונעם צפֿון־טורעם — One World Trade Center — דעם העכערן פֿון די צװילינג־טורעמס וואָס זענען ביידע צעשמעטערט געוואָרן אין די אַטאַקן.
דער בנין טורעמט אויך הויך אין די זכרונות פֿון װאַלעצקין אַליין.
דאָרט האָט דער טאַטע, שלום װאַלעצקי, אַ מאָל געאַרבעט, נאָכן גרינדן אַ פֿירמע װאָס האָט אויך געהייסן „איין װעלט‟, אינספּירירט פֿון דער גרופּעס טרוים פֿון אַ װעלט װאָס זאָל װערן פֿאַראייניקט אין שלום דורך אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל. זייער ציל איז געװען איבערצונוצעווען טראַנספּאָרט־קאָנטיינערס און בויען פֿון זיי הײַזער פֿאַר נײַע סאָװעטישע אימיגראַנטן אין ארץ־ישׂראל. צום באַדויערן איז שלום װאַלעצקי ניפֿטר געװאָרן פֿון אַ ראַק אין 1975, נישט לאַנג נאָך דער לאַנצירונג פֿון זײַן פּראָיעקט, איז דער פּלאַן קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן.
לויטן טאַטנס װוּנטש האָט מען קרעמירט זײַן גוף און צעשאָטן דאָס אַש איבערן האָדסאָן־טײַך, גלײַך לעבן די טורעמס. װאַלעצקיס זכרונות פֿון דעם האָבן אים אַרײַנגעשװעבט אין קאָפּ װען ער האָט געשריבן די שורות וועגן דעם “רויך און שטויב” װאָס מע האָט געשפּירט אין דער לופֿט אַרום דעם אָרט פֿון די אויפֿרײַסן. „אין די טעג נאָך דעם װי די טורעמס זענען געפֿאַלן,‟ האָט װאַלעצקי דערציילט דורך טרערן, „האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז טויזנטער מענטשן זענען פֿאַרברענט געװאָרן. מישן זיך זייערע קערפּערס מיט דעם פֿון מײַן טאַטן.‟
װאַלעצקי ענדיקט דאָס ליד מיט אַ װאָרענונגס־װאָרט, „ניכטער,‟ װאָס ער חזרט איבער עלטעכע מאָל, אַזוי װי אַ ייִד בײַם דאַווענען. הײַנט, נאָך 20 יאָר מלחמה אין מיטל־מיזרח, אין אַ צײַט פֿון באַנײַטן גװאַלד אין אַפֿגאַניסטאַן און באַנײַטע געשרייען פֿאַר נקמה, איז טאַקע כּדאַי זיך צוהערן נאָך אַ מאָל צו װאַלעצקיס האַרץ־רײַסנדיקער עלעגיע, זײַן טונקעלער, טיפֿזיניקער תּפֿילה.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO