Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי שטאַמט ראָש־השנה פֿון בבֿל?Is Rosh Hashanah a Babylonian Legacy?

אומאָפּהענדיק פֿון מעגלעכע היסטאָרישע וואָרצלען, אויב מיר באַטראַכטן אונדזער יום־טובֿ פֿאַר אַ ייִדישן – איז ער במילא אַ ייִדישער.

ווען האָבן ייִדן אָנגעהויבן פּראַווען ראָש־השנה? צווישן די מאָדערנע היסטאָריקער איז באַקאַנט אַ דעה, אַז די שרשים פֿונעם הײַנטיקן יום־טובֿ זענען בבֿלישע – הייסט עס, גלותדיקע, נישט קיין ייִדישע בכלל. פֿאַרשטייט זיך, קלינגט עס פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿרומער פּערספּעקטיוו, אויפֿן ערשטן בליק, ווי אַ ווילדע כּפֿירה. ווען מע קוקט זיך גוט אַרײַן, באַקומט זיך אָבער אַ מער קאָמפּליצירט בילד.

אין דער תּורה שטייט קלאָר געשריבן, אַז דאָס יאָר הייבט זיך אָן פֿון פֿרילינג – פֿונעם חודש, ווען ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים. „החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה‟ – דער דאָזיקער חודש זאָל אײַך זײַן דער ראָש פֿון אַלע חדשים, דער ערשטער פֿון די חדשים אינעם יאָר. עס שטייט בלויז געשריבן, אַז דעם „יום תּרועה‟ – דעם ערשטן טאָג אינען זיבעטן חודש, ווען מע בלאָזט אין טרומייטן, טאָר מען נישט אַרבעטן. אין ערגעץ וועט איר אויך נישט געפֿינען אינעם גאַנצן תּנ״ך, אַז דווקא דעם טאָג האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די וועלט.

דער זיבעטער חודש טראָגט אַן אינטערעסאַנטן נאָמען אינעם תּנ״כישן ספֿר־מלכים: „אתנים‟, וואָס מיינט „שטענדיקע וואַסערקוואַלן‟. דאָס שטימט מיטן אַלגעמיינעם בוכשטעבלעכן גײַסט פֿונעם תּורה־קאַלענדאַר, וווּ אַלע יערלעכע הויפּטדאַטעס זענען פֿאַרבונדן אָדער מיט אַגריקולטורעלע געשעענישן, אָדער מיט דער יציאת־מצרים. אינעם אוראַלטן „גזר־קאַלענדאַר‟, אַ ליימענע טאַבעלע פֿון בערך 3,000 יאָר צוריק, ווערן דערמאָנט „ירחו אסף‟ – צוויי חדשים פֿונעם זאַמלען דאָס גערעטעניש, וואָס שטימען, לויט אַלע סימנים, מיט תּשרי און חשוון.

פֿאַר קיינעם, אַפֿילו פֿאַר די פֿרימסטע ייִדן, איז נישט קיין סוד, אַז די הײַנטיקע נעמען פֿון ייִדישע חדשים שטאַמען טאַקע פֿון בבֿל. „תּשרי‟, אויף אַקאַדיש „תּשריתו‟, איז דער טײַטש „אָנהייב‟. די קראָים – יענע ייִדן, וואָס לייקענען אָפּ די תּורה־שבעל־פּה שוין במשך פֿון איבער טויזנט יאָר, מײַדן אַפֿילו אויס דעם עצם־באַגריף „ראָש־השנה‟ און רופֿן עס „יום־תּרועה‟ – נישט מיינענדיק דערמיט קיין תּקיעת־השופֿר. בײַ זיי מיינט עס אַ טאָג, ווען מע זאָל שרײַען הויך בײַם דאַוונען. לויט זייער שיטה, טאָר מען אַפֿילו נישט בלאָזן קיין שופֿר – פּונקט אַזוי, ווי מע טאָר נישט שפּילן יום־טובֿ אויף קיין אַנדערע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן.

מע קאָן זאָגן, אַז די קראָים זענען אַ מאָדנע סעקטע. פֿאָרט, זענען זיי געווען באַקאַנט אין מיטל־עלטער ווי אויסערגעוויינלעך גוטע מומחים אינעם תּנ״ך. אין דעם פֿאַל זענען זיי אָבער דערגאַנגען צו ווײַט: אין דער גריכישער תּנ״ך־איבערזעצונג, אָנגעשריבן מיט איבער אַ טויזנט יאָר פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער קראָים־באַוועגונג, און וואָס שפּיגלט אָפּ דעם דעמאָלטיקן ייִדישן אויפֿנעם פֿונעם טעקסט, שטייט שוין געשריבן, אַז „תּרועה‟ מיינט צו בלאָזן אין טרומייטן.

אין ערגעץ אינעם תּנ״ך שטייט אויך נישט געשריבן, אַז ראָש־השנה איז דער יום־הדין. דער עצם־געדאַנק – פֿאַרבונדן אָבער מיט ניסן – איז יאָ באַקאַנט אין דער נישט־ייִדישער בבֿלישער חגא, אַקיטו.

ווי באַוווּסט, גיט אונדז די ערשטע משנה אין דער מסכתּא „ראָש השנה‟ איבער, אַז בײַ ייִדן זענען פֿאַראַן אַזש פֿיר ראָש־השנות; אונדזער הײַנטיקע ראָש־השנה איז נאָר די דריטע אין דער ליסטע. קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז אַפֿילו די חז״ל האָבן צוערשט נישט באַטראַכט ראָש־השנה ווי אַזאַ יסודותדיקן יום־טובֿ פֿונעם קאָסמישן מאַסשטאַב, ווי עס מיינען די הײַנטיקע ייִדן.

בקיצור, קוקנדיק פֿון דער וועלטלעכער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, קען מען גרינג מאַכן דעם אויספֿיר, אַז אונדזער באַליבטער יום־טובֿ, מיט זײַנע באַטעמטע סימנים, האַרציקע תּפֿילות און תּקיעות, איז, חלילה, בלויז אַן אוראַלטע „גוייִשקייט‟, איבערגענומען מיט דריטהאַלבן טויזנט יאָר צוריק פֿון די בבֿלים. לאָמיר זיך אָבער אָפּקערעווען פֿונעם היסטאָריש־ראַציאָנאַליסטישן שטאַנדפּונקט. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז אין דער אמתן מישפּט דער אייבערשטער די גאַנצע וועלט יעדן טאָג און יעדע רגע. ראָש־השנה איז דער טאָג, ווען מיר אַליין, כּבֿיכול, באַקרוינען דעם רבונו־של־עולם און גיבן אים ממילא דעם כּוח צו באַשליסן אונדזער גורל אויפֿן קומענדיקן יאָר. אויב אַפֿילו ראָש־השנה שטאַמט פֿון פֿרעמדע מקורים, האָבן מיר אַליין פֿאַרייִדישט אונדזער יום־טובֿ, צוגעגעבן יעדן ראָש־השנהדיקן מינהג דעם קאָסמיש־הויכן באַדײַט און מאַסשטאַב.

איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן דווקא דעם דאָזיקן טאָג? זיכער נישט. אַפֿילו לויטן פּשט פֿון דער גמרא, איז נאָר אָדם־הראשון דעמאָלט באַשאַפֿן געוואָרן. אויב מע נעמט אין באַטראַכט די הײַנטיקע פֿיזיק און עוואָלוציע־טעאָריע, און מע טײַטש אָפּ די ששת־ימי־בראשית ווי ריזיק־לאַנגע תּקופֿות, ווערט די פֿראַגע בכלל אומרעלעוואַנט. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער גרויסער מקובל רבי חיים וויטאַל האָט בפֿירוש געשריבן, אַז אום ראָש־השנה האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די וועלט בלויז במחשבֿה, אין זײַן געדאַנק, און למעשׂה – אין ניסן. אַ ריי חסידישע דענקער אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע שיטה. עס באַקומט זיך, אַז דאָס גשמיותדיקע נײַ־יאָר מעג טאַקע זײַן דער ראָש־חודש ניסן, אָבער דער אינערלעכער, מחשבֿהדיקער און תּפֿילהדיקער אָנהייב פֿון אונדזער ייִדישן יאָר קומט דווקא הײַנט – פֿון וואַנען זײַנע מינהגים זאָלן נישט שטאַמען. מיסטישע, ריין־גײַסטיקע ענינים זענען אָפֿט העכער פֿון די גרענעצן צווישן פֿעלקער, צײַטן און לענדער.

בקיצור, דאַרפֿט איר זיך נישט זאָרגן: אויב אַפֿילו אונדזער ראָש־השנה שטאַמט פֿון בבֿל (פּערזענלעך, גלייב איך נישט אין אַזאַ טעאָריע), בלײַבט ער פֿון אונדזער סוביעקטיוון קוקווינקל הונדערט פּראָצענט ייִדישלעך. אַדרבה, ס׳איז דער טאָג, ווען צוליב אונדזער עבֿודת־השם אַנטפּלעקט זיך דאָס סאַמע פּינטעלע ייִד. עסט געזונטערהייט אײַערע עפּל און מילגרוימען – וועט די מעגלעכע גוייִשע השפּעה פֿון טויזנטער יאָרן צוריק זיי נישט קאַליע מאַכן. אַ גוט געבענטשט יאָר!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.