ווידעאָ: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס רירנדיקע „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟WATCH: Beyle Schaechter-Gottesman’s powerful “Ballad of September 11”
לוסעט וואַן דען בערג זינגט דאָס ליד וואָס די פּאָעטעסע האָט אָנגעשריבן עטלעכע טעג נאָך די אַטאַקן אין 2001.
דעם קומעדיקן זונטיק, בעת די וועלט מערקט אָפּ דעם יאָרצײַט פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן אויפֿן וועלטהאַנדל־צענטער אין 2001, איז כּדאַי זיך צוצוהערן ווי די האָלענדישע ייִדישע זינגערין, לוסעט וואַן דען בערג, זינגט די רירנדיקע „באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער‟ אָנגעשריבן פֿון דער פּאָעטעסע, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז״ל.
די מחברטע (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, מײַן מומע) האָט אָנגעשריבן דאָס ליד בלויז עטלעכע טעג נאָך די אַטאַקן, אויסדריקנדיק אירע רויע געפֿילן וועגן דעם שוידערלעכן אַקט.
לויט מײַן מיינונג איז דאָס איינס פֿון אירע בעסטע לידער, כאָטש ס׳איז נישט אַזוי באַקאַנט ווי אירע אַנדערע, ווי „האַרבסטליד‟ און „די שוואַרצע וואַראָנעס‟ — אפֿשר ווײַל די טעמע איז צו פֿיל אַ פּײַנלעכע.
וואַן דען בערג האָט גוט געקענט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און זינגט עס טאַקע מיט פּאַטאָס, אַזוי ווי די מחברטע אַליין האָט עס געזונגען.
איצט וועלן אַלע האָבן אַ געלעגנהייט צו הערן און זיך אויסצולערנען דאָס ליד. מיר האַלטן אַז דאָס איז אַ פּאַסיקער אופֿן אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון די טויזנטער קרבנות פֿון יענעם באַרבאַרישן אַקט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO