דאַראַ האָרן: פֿאַר וואָס איז פֿאַראַן אַזאַ אינטערעס צו טויטע ייִדן?Dara Horn on the fascination with dead Jews
איר זאַמלונג עסייען פּרוּווט באַנעמען, סײַ דירעקט סײַ אומדירעקט, דעם געוואַלדיקן וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע.
Dara Horn
People Love Dead Jews: Reports From a Haunted Present
W. W. Norton & Company
272 pp
די װעלט האָט, אַ פּנים, ליב טױטע ייִדן און האָט פֿײַנט די לעבעדיקע.
צו אַזאַ אױספֿיר קומט מען נאָכן איבערלײענען דאַראַ האָרנס נײַ בוך, „מען האָט ליב טױטע ייִדן: באַריכטן פֿונעם אומהײמלעכן איצט‟. אין אונטערשיד צו האָרנס פֿריִערדיקע בעלעטריסטישע כּתובֿים איז דאָס אַ זאַמלונג פֿון עסײען, װאָס דערצײלן װעגן דער מחברטעס זוכענישן נאָך שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין פֿאַרשידענע טײלן פֿון דער װעלט. יעדער קאַפּיטל האָט אַ קעפּל, װאָס אַנטפּלעקט אַן אײגנאַרטיקן אַספּעקט פֿון דער טעמע: „פֿאַרפֿרױרענע ייִדן‟, „צעשאָסענע ייִדן‟, „טױטע ייִדן אין בעלעטריסטיק‟, וכדומה.
די טעמע, טױט און מתים, פֿאַרנעמען א חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער קולטור בכּלל און בפֿרט אין די װערק פֿון די קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, אַזעלכע װי י. ל. פּרץ. ש. אַנ–סקי, חיים נחמן ביאַליק. אַזוינע אימאַזשן זײַנען באַלאָדן מיט אַ רײַכן סימבאָלישן פּאָטענציאַל און קענען דינען פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע און קינסטלערישע צװעקן. האָרן, אַ מומחה אין דער ייִדישער ליטעראַטור, איז ממשיך די דאָזיקע טראַדיציע פֿון דערקענען אין די פּראָבלעמען פֿון הײַנט די שאָטנס פֿון נעכטן.
אַזױ װי אַ סך לײַט הײַנט–צו-טאָג פֿילט האָרן זיך אומהײמלעך און אומרויִק איבער דעם, װאָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין דער װעלט: די קאָװיד–מגפֿה, בלוטיקע פּאָליטישע קאָנפֿליקטן, געװאַלד און טעראָר און ביטערע עפֿנטלעכע מחלוקות. איר ספּעציעלע דאגה איז דער צוּװוּקס פֿון געװאַלדיקן אַנטיסעמיטיזם אין אַמעריקע. דער דאָזיקער אומרו לאָזט זיך פֿילן אין אַלע קאַפּיטלעך פֿון איר בוך. דער סאַמע װאָגיקער און, לױט מײַן געשמאַק, דער בעסטער פֿון זײ איז די געשיכטע פֿונעם מערקװירדיקן מענטשן, װעריאַן פֿרײַ.
אַ יונגער אַמעריקאַנער פֿון אַ קריסטלעכער משפּחה, איז ער פֿאַרטאָן געװאָרן אין אַ געפֿערלעכער אָפּעראַציע פֿון אַרױסגנבֿענען אײראָפּעיִשע קינסטלער און ליטעראַטן פֿון אָקופּירטן פֿראַנקרײַך אין 1940. דאָס רובֿ פֿון די, װאָס ער האָט געראַטעװעט, זײַנען נאַטירלעך געװען ייִדן: די דײַטשישע שרײַבער, לעאָן פֿױכטװאַנגער און פֿראַנץ װערפֿעל און דער קינסטלער, מאַרק שאַגאַל. זײַן שליחות, װי ער האָט עס געזען, איז געװען צו ראַטעװען די פּני פֿון דער אײראָפּעיִשער קולטור, ייִדן און ניט–ייִדן בײַגלײַך, און אַריבערצופֿירן זײ קײן אַמעריקע. זײַן טעטיקײט איז געװען האַלב–לעגאַל, װײַל די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט דעמאָלט ניט געװאָלט קאַליע מאַכן די באַציִונגען מיט דעם פֿראַנצױזישן מאַריאָנעטן–רעזשים אוּן זײַנע נאַציסטישע בעלי–בתּים איבער דעם ענין פֿון ייִדישע און אַנטי-פֿאַשיסטישע פּליטים.
האָרן האָט אַ סך אָפּשײַ פֿאַר פֿרײַס העלדישן אױפֿטו: „פֿרײַ האָט געפּרוּװט צו ראַטעװען די קולטור פֿון אײראָפּע, און פֿאַר דעם קומט אים אַ ייִשר–כּוח.‟ און זי איז ממשיך: „אָבער קײנער האָט ניט געפּרוּװט צו ראַטעװען די קולטור פֿון חסידות.‟ דאָ װילט זיך אָפּשטעלן אױף אַ רגע און פֿרעגן: איז דאָס טאַקע אמת? דער לובאַװיטשער רבי, ר׳ יוסף יצחק שניאורסאָן איז געראַטעװעט געװאָרן צװײ מאָל, צוערשט פֿון סאָװעטן-פֿאַרבאַנד אין 1927 און דערנאָך פֿון װאַרשע אונטער דער נאַציסטישער אָקופּאַציע אין 1940. אין בײדע פֿאַלן האָבן אים געהאָלפֿן ביז גאָר פֿאַרשײדענע יחידים און אָרגאַניזאַציעס, צװישן זײ — אַ היפּשע צאָל ניט–ייִדן: די פֿרױ פֿונעם באַרימטן רוסישן שרײַבער, מאַקסים גאָרקי — יעקאַטערינאַ פּעשקאָװאַ; דער פּרעמיער–מיניסטער פֿון לעטלאַנד, קאַרליס אולמאַניס; דער אַמעריקאַנער מלוכה–דעפּאַרטעמענט און אַפֿילו, לױט אײניקע ידיעות, אַ דײַטשישער אָפֿיציר אין װאַרשע. אַגבֿ, איז דער אַמעריקאַנער מלוכה–דעפּאַרטעמענט געװען מער בײַהילפֿיק מיט אַריבערפֿירן דעם „ייִדישן פּױפּסט‟ (אַזױ האָט מען פֿאָרגעשטעלט דעם לובאַװיטשער רבין דער אַמעריקאַנער רעגירונג) מיט זײַן משפּחה אײדער מיט ראַטעװען מאָדערניסטישע קינסטלער און שרײַבער, װאָס מען האָט חושד געװען אין קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס. דװקא זײ דאַרף מען באַדאַנקען פֿאַרן אױפֿבלי פֿון דעם חב״ד אין אַמעריקע נאָך דער מלחמה.
האָרנס אומרו איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, און זי איז אַװדאי באַרעכטיקט אַרױסצוזאָגן איר מיינונג װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר הײַנט אין אַמעריקע. אָבער װען עס קומט צו דער געשיכטע, דאַרפֿן די דעות זײַן אײַנשטימיק מיט פֿאַקטן. מילא, קלײנע טעותן, װי למשל דער פֿאַקט, װאָס יוסף זיסקינד אָפּענהײמער איז געװען דער הױף–ייִד אין װירטעמבערג, ניט אין פּרײַסן. מער װאָגיק איז דער ענין פֿון היסטאָרישער יושרדיקײט. די דאָזיקע פּראָבלעם קומט אַרױס בולט אין דעם קאַפּיטל װעגן דעם סאָװעטישן ייִדישן אַקטיאָר בנימין זוסקין און דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
האָרן שרײַבט: „אמת, קײנער קען ניט װיסן, װאָס זוסקין אָדער אַנדערע באַשולדיקטע [האָרן מײנט דאָ דאָס געריכט איבער דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקװע אין 1949-1952] האָבן װירקלעך געגלױבט װעגן דער סאָװעטישער סיסטעם, װעלכער זײ האָבן געדינט. און עס איז אױך אמת — און דאָס איז אַ סך מער צעשטערנדיק — אַז זײערע גלױבענישן האָבן ניט קײן שײַכות.‟
אַזאַ מין קאַטעגאָרישער פּסק–דין איז צװײ מאָל ניט ריכטיק און ניט יושרדיק. ערשטנס, איז די אױפֿגאַבע פֿון אַ געװיסנהאַפֿטיקן פֿאָרשער טאַקע צו פּרוּװן צו דערקענען, װאָס זײַנען געװען די גלױבענישן פֿון אונדזערע אָבֿות–אָבֿותינו, אַפֿילו װען מיר זײַנען מיט זײ ניט מסכּים. און צװײטנס, האָבן די דאָזיקע גלױבענישן טאַקע יאָ אַ סך שײַכות צו דעם הײַנטיקן טאָג, װײַל די געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז באַלערנדיק פֿאַרן הײַנטיקן דור װאָס שײך די באַציִונגען צװישן ייִדן און דער מלוכישער מאַכט.
דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן ציל ניט נאָר דאָס פֿאַרשפּרײטן די סאָװעטישע מלחמה–פּראָפּאַגאַנדע אין אױסלאַנד, נאָר אויך דאָס אָפּהיטן און אַנטװיקלען דאָס ייִדישע לעבן און די ייִדישע קולטור אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד נאָכן חורבן. דער קאָמיטעט האָט ניט באַװיזן צו פֿאַרװירקלעכן די דאָזיקע פּלענער, אָבער זײער אױפֿטו איז גאַנץ װיכטיק. דער קאָמיטעט איז געװען די ערשטע מלוכישע אָרגאַניזאַציע אין דער װעלט, װאָס האָט זיך סיסטעמאַטיש גענומען פֿאַר אָנזאַמלען מאַטעריאַלן װעגן דעם חורבן, װען אַנדער רעגירונגען האָבן נאָך ניט געהאַט קײן אינטערעס אינעם גורל פֿון ייִדן.
נאָך דער מלחמה האָט דער קאָמיטעט געהאָלפֿן טױזנטער סאָװעטישע ייִדן זיך אומצוקערן צו אַ נאָרמאַלן לעבן. און װוּ װאָטלן געװען אַזעלכע שרײַבער װי אַבֿרהם סוצקעװער, חיים גראַדע, רחל קאָרן און אַנדערע פּליטים פֿון פּױלן, װען דער קאָמיטעט װאָלט זײ ניט געשטיצט פֿינאַנציעל און מאָראַליש? פֿאַר האָרן איז דאָס אַלץ, אַ פּנים, ניט שײַכותדיק, װײַל די דאָזיקע סאָװעטישע ייִדן זײַנען געװען קאָמוניסטן און האָבן געדינט דעם סטאַליניסטישן רעזשים.
דער מינהג פֿון קומען צו קבֿר–אָבֿות אינעם חודש אלול פֿאַרבלײַבט עד-היום צװישן די סאַמע לעצטע רעשטן ייִדישקײט בײַ יענע ייִדן, װאָס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן אין די שטעטלעך פֿון מזרח–אײראָפּע. װען ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך איבערגעװאַנדערט מעבֿר-לים קײן אַמעריקע, האָבן זײ איבערגעלאָזט זײערע מתים אין דער אַלטער הײם. אַנשטאָט קומען צו קבֿר–אָבֿות פֿאַרנעמט מען זיך דאָ מיטן שאַפֿן פֿאַרשײדענע פֿאָרמען פֿונעם „ניצלעכן עבֿר‟, װאָס זאָל זיך צופּאַסן צו די השׂגות פֿונעם הײַנטיקן פּובליקום. אָבער מען דאַרף האַלטן אין זינען, אַז די רעאַלע געשיכטע איז כּסדר מער קאָמפּליצירט און פֿאַרפּלאָנטערט, אײדער דער װאָסער–ניט–איז „ניצלעכער עבֿר‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO