„סעקולערער חסיד‟ רופֿט ייִדישיסטן צו העלפֿן בויען אַ ייִדיש־רעדנדיקן ציבור“Secular Hasid” urges Yiddishists to help him build a Yiddish-speaking community
אלי בענעדיקט איז איצט אין לאַ פּרערי, אַ שטעטל נישט װײַט פֿון מאָנטרעאָל, און פֿאַרבעט פֿאַראינטערעסירטע צו קומען אַהין פּלאַנירן די נײַע קהילה.
אױף דער ייִדישיסטישער גאַס האָט זיך באַװיזן אַ פֿרישער טאַלאַנט: אלי בענעדיקט פֿון ארץ־הקודש. אײגנטלעך האָט ער זיך ניט אָקערשט באַװיזן, ער איז אַקטיװ שױן אַ לענגערע צײַט אין מדינת־ישׂראל – אַלס אַן אַקטיאָר בײַ „אסתּרס קאַבאַרעט‟, למשל, און, ניט װײניקער װי זעקס יאָר, בײַ יונג־ייִדיש, דהײַנו אינעם ייִדישן קולטור־פֿאַראײן, װאָס זײַן האַרץ איז מענדי קאַהנס ביבליאָטעק אין דער צענטראַלער אױטאָבוס־סטאַנציע פֿון תּל־אַבֿיבֿ. אַחוץ דעם איז ער שױן אַ צײַט לאַנג אַ מיטאַרבעטער בײַם לאָנדאָנער פֿאָרשפּראָיעקט װעגן חסידיש ייִדיש. אָבער ערשט הײַיאָר איז ער אַרױסגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן און אַרטיקלען אױך אין דער ייִדישיסטישער מעדיאַ אין חוץ־לאָרץ. אלי בענעדיקטס צװײטער װױנאָרט געפֿינט זיך הײַנט אין קאַנאַדע.
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט דער לינגװיסט ד״ר לײזער בורקאָ אָפּגעגעבן פֿאַר די פֿאָרװערטס־לײענער אַ סך־הכּל פֿון בענעדיקטס אַ לעקציע און געלאָזט װיסן, אַז אין דער אָ לעקציע האָט דער יונגער פֿאָרשער פֿון ייִדיש מוסר־מודעה געװען, אַז ער האָט אין זינען, אם־ירצה־השם, אױפֿצושטעלן אַ מין שטעטל פֿאַר געװעזענע חסידים און אַנדערע מענטשן – בעלנים אױף צו לעבן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער חלומט שױן אַ היפּשע צײַט פֿון אַזאַ מין יישובֿ, װוּ מע׳ט רעדן ייִדיש סײַ אין דער הײם, סײַ אױף דער גאַס. דאָרטן װעט מען מיסד זײַן װעלטלעכע (!) ייִדישע שולן און ס׳װעלן דאָ זײַן שענקען און קאַפֿעס, װוּ מע רעדט נאָר און בלױז אױף מאַמע־לשון.
בענעדיקט איז אַלײן אױפֿגעכאָװעט געװאָרן אין אַ חסידישער הײם און אַ חסידישער קהילה; איצט רופֿט ער זיך אַ „װעלטלעכער חסיד‟. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, אַ װעלטלעכער חסיד, װאָס איז דער טײַטש? לױט מײַנע באַגריפֿן מײנט עס, אַז ער היט אױף חסידות און „אידישקײט‟ טאַקע אין אַ גרױסער מאָס, ניט קוקנדיק, װאָס ער האָט אפֿשר פּורק־עול געװען און פֿירט זיך געװיס ניט לױטן חרדיש־כניאָקישן שטײגער מיט אַלע פּיטשעװקעס און הלכישע שטרענגקײטן.
אײַ, שווימט דאָך אויף אַ פֿראַגע, װאָס הײסט, אַזױ אַרום, „אױפֿהיטן חסידות‟? הײסן הײסט עס, אַז מ׳איז פֿאָרט ממשיך טראַכטן, רעדן און זיך פֿירן אױף עפּעס אַ חסידישן, ייִדישלעכן אופֿן – װאָס שײך קולטור, אָבער נישט דװקא רעליגיע. אלי בענעדיקט איז ניט דער אײנציקער אַזױנער „װעלטלעכער חסיד‟ – לאָמיר זיך כאָטש דערמאָנען אָן הרבֿ עקיבֿא װײַנגאָרטן, מיט װעמען דער עולם האָט געהאַט אַ געלעגנהײט זיך צו באַקענען ניט לאַנג צוריק, אָדער דעם ייִדישן און העברעיִשן דיכטער אַבֿישלום פֿון שילוח, װאָס דרוקט זיך אינעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟ און האָט לעצטנס אױף פֿײסבוק געשריבן װעגן אַן אינערלעכן ויתרוצצו. ס׳איז דאָ אין ר׳ אַבֿישלומס נשמה סײַ אַ צדיק, װאָס זעט חזיונות, סײַ אַ פּורק־עול, װאָס טוט אָפּ עבֿירות כּסדר, און אײנער פֿאַרשטײט ניט דעם צװײטן. ס׳איז דאָ בײַ אים אינעװײניק אי אַ תּלמיד־חכם, אי אַ באָהעמישער פּאָעט, און די צװײ צדדים זײַנען נעבעך ניט בכּוח צו דערגײן אַ טאָלק אײנער מיטן צװײטן.
מילא, טראַכט איר אפֿשר בײַ זיך, זאָלן זײ שרײַבן לידער װעגן צעריסנקײט און װעלטשמערץ, נאָר װאָס גײט עס אונדז אָנעט? חסידות, שמידות, וואָס איז די נפֿקא מינה? נאָר אפֿילו אױב איר האַלט זיך פֿאַר אַ סעקולאַריסט שבסעקולאַריסטן, מיט פּרינציפּן, און איר האַלט זיך פֿון דער װײַטנס פֿון אַלצדינג, װאָס שמעקט נאָר מיט אַ שמצל פֿון חסידות און פֿרומקײט, דאַרפֿט איר זיך פֿאָרט רעכענען מיט די אָ װעלטלעכע חסידים, װינציקסטנס לױט אלי בענעדיקטס חשבון. די דאָזיקע מענטשן, אױסגעהאָדעװעטע אין חסידישע (אָדער „ליטװישע” אָדער „טשאַלמער‟) הײמען, האָבן דאָך די גרױסע מעלה, אַז זײ זײַנען אױסגעקנאָטן אין „אידישקײט‟ און טאַקע אײַנגעטונקען אין אַ הײמיש ייִדיש. נאָר בעת־מעשׂה װײַזן זײ אױך אַרױס אַן אינטערעס אין „חצוניותדיקער‟ קולטור און ליטעראַטור. דערפֿון בלײַבט אַ סבֿרא, אַז די ייִדישע קולטור (לײען: אױף ייִדיש), װאָס איז מחוץ די ענגע צױמען און גרענעצן פֿון הײַנטיקן חסידות, קען טאַקע האָבן אַ ממשותדיקן המשך בײַ זײ.
הגם אױף פֿײסבוק האָט לײזער בורקאָ באַגריסט אלי בענעדיקטס איניציאַטיװ מיט אַ האַרציקן יישר־כּוח און אַ שהחיינו, האָט ער אינעם באַריכט פֿאַרן פֿאָרװערטס אױסגעדריקט ספֿקות און זיך באַצױגן מיט סקעפּטיציזם צום עצם פּלאַן, אױפֿצושטעלן אַ שטעטל פֿאַר ייִדיש־רעדנדקיע ליבעראַלע צי געװעזענע חסידים. ס׳קען גרײַלעך זײַן, אַז דער דאָזיקער סקעפּטיציזם נעמט זיך כאָטש טײלװײַז פֿון דעם, װאָס מיט 16 יאָר צוריק איז בורקאָ אַלײן אַרױסגעטראָטן מיט אַן ענלעכן אױפֿרוף. אָט װאָס ער האָט דעמאָלט אַרױסגערופֿן צום עולם: „אין נאָמען פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק און פֿון דער פּאַרטײ פֿון ייִדישע טעריטאָריאַליסטן, פֿאַרבעט איך אײַך אַלע זיך אַריבערציִען קײן ברוקלין.‟ בעוונותינו הרבים איז דער דאָזיקער אױפֿרוף געבליבן אָן קײן אמתדיקן דערפֿאָלג. פֿון דעם קול־קוראס לשון אָבער באַנעמען מיר שױן במילא, אַז בורקאָס איניציאַטיװ איז לכתּחילה געװען אַ האַלבער װיץ. האָט ער עס, משמעות, ניט געמײנט אַזױ ערנסט. אלי בענעדיקט, פֿאַרקערט, שמועסט פֿון זײַן חלום, אױסצוסטראָיענען אַ ייִדיש־רעדנדיק שטעטל – אַ מקום־מיקלט פֿאַר געװעזענע חרדים און אַ קיביצאַרניע פֿאַר חובֿבֿי־ייִדיש – מיט אמתער התלהבֿות, טאַקע מיט אַ חסידישן ברען.
און ניט געקוקט אױף בורקאָס ספֿקות — למשל, לגבי דער גרײטקײט פֿון געװעזענע פֿרומע ייִדן, זיך װידער אַרײַנצוציִען אין אַ מין קלײנשטעטלדיקער סבֿיבֿה — איז בענעדיקט ניט געבליבן נאָר בײַם שמועסן װעגן די חלומות. װי ס׳האָט אַמאָל געזאָגט אַ ייִד: אַז מע לעבט, דערלעבט מען זיך. פֿאַראַכטאָגן האָט ר׳ אלי הי״ו טאַקע געטאָן אַן ערשטן טראָט אױף מקײם צו זײַן די פּלענער זײַנע. דעם קומעדיקן זמן (פֿון איצט אָן ביז חודש יאַנואַר בערך) װעט ער אין גאַנצן פֿאַרברענגען אין לאַ פּרערי, קעבעק, אַ שטעטל נישט װײַט פֿון מאָנטרעאָל, אױפֿן ברעג פֿון סענט לאָרענס טײַך. ער האָט אײַנגעלאַדן ייִדן צו קומען אַהין, זיך אַרײַנצוכאַפּן אױף אַ באַזוך, נאר װאָדען, מיט אַן אײַנלאַדונג אַן אָנגעשריבענער אױף אַן אױסגעטאָקטן, געשמאַקן לשון־קודש. טאַקע אױף לשון־קודש, דאָס הײסט, אױף יענעם „אַשכּנזישן העברעיִש‟, װאָס בײַם הײַנטיקן טאָג באַניצן זיך נאָר שטאַרק פֿרומע ייִדן מיט דער שפּראַך (בעיקר אַלס אַ לשון שבכּתבֿ).
אױך ר׳ אלי שרײַבט ניט אָן אַ חוש פֿאַר הומאָר. די מודעה זײַנע הײבט זיך אָן מיט די װערטער: צדיק בא לעיר – „אַ צדיק איז אָנגעקומען אין שטאָט‟. װײַטער לײענען מיר (שױן איבערגעזעצט אױף פּראָסט ייִדיש פֿון אני־הקטן): היות װי ער איז נאָך ניט נתגלה געװאָרן, איז ניט קענטיק, װאָס ער איז אַ גוטער־ייִד, טאַקע אַ למד־װאָװניק – אַ באַהאַלטענער צדיק, הײסט עס. דער דאָזיקער ניסתּר (דהײַנו ר׳ אלי אַלײן) רופֿט אױף דעם עולם צו פֿאָלגן דעם שאַל פֿון זײַן שופֿר און צו „טעגן‟ מאָנטרעאָלער חבֿרים און חבֿרטעס – „טעגן‟, פֿון ענגליש to tag, ד״ה אַרײַנקלאַפּן די נעמען פֿון מענטשן, כּדי זײ זאָלן אַכט לײגן אױפֿן קול־קורא, איבערלײענען די אײַנלאַדונג און פֿאָלגן דעם רוף פֿון שופֿר. אײַ, צו װעמען װענדט זיך דער „באַהאַלטענער צדיק‟ מיטן דאָזיקן רוף? צו ייִדישיסטן, שטעטל־ענטוזיאַסטן, חסידים – געװעזענע, איצטיקע און אױף־להבאדיקע, ווי אויך בכלל געװעזענע חרדים, אלמנים און קבצנים, „פּאָנקיסטן‟, ים־מײדלעך און מלאכים, פּרינצן און קצינים, האַרן און פֿירשטן, קינסטלער און אַרטיסטן, דענקער און פֿאָרשער. אַקיצור, אַיעדערער, װאָס ס׳איז בײַ אים דאָ אַ קלוג האַרץ און גאָטס לעבעדיקער אָטעם אין די נאָזלעכער, קען אַרײַנטרעטן אינעם דאָזיקן „בית־מדרש‟. דער רבי קוקט אױס אױף פֿאַרברענגען אין אײנעם בײַ אַ גלעזעלע קאַװע אָדער אַ בעכערל לחײם אין „קאַװע־שטיבל‟ אָדער אין דער אָרטיקער „קרעטשמע‟. מע װיל מייסד זײַן אַ הײליקע חבֿבריא, אַ מושבֿ־לצים, אַן עיר־מיקלט, אַן אָרט פֿאַר „קרעציקע‟, אַ קלײן שטעטל אָדער עפּעס פֿון דעם מין – און דער עיקר פֿאַרשטאַרקן פֿרײַנדשאַפֿט אױף צו הײליקן זײַן גרױסן נאָמען פֿאַר דער װעלט!
װילט זיך אונדז ענטפֿערן: במהרה בימינו אמן! הלװאי ס׳זאָלן זיך אָנשטעקן, מעשׂה קאָראָנע ר״ל, װאָס מער מענטשן מיט ר׳ אליס חסידישן ברען און אײַנגעשפּאַרטקײט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. פֿאַרשטײט זיך, אַז מיט זײַן מעלדונג אױף פֿײסבוק איז ער אױסן, קודם־כּל, זיך צו פֿאַרבינדן מיט אָרטיקע מענטשן און זיך באַקענען מיט נײַע חבֿרים. אָבער ס׳קען דאָך װערן אַ ראָש־פּינה פֿאַר מקיים זײַן יענעם חלום און, אם־ירצה־השם, װעט אױף להבא פֿון דער סבֿיבֿה, װאָס ער נעמט זיך בױען, טאַקע בהדרגה אַרױסװאַקסן אַן אָרט, װוּ מע היט אױף אַ ייִדישע קולטור, װאָס האָט אַ ברײטערן פֿאַרנעם פֿון דעם, װאָס מיר געפֿינען בײַ הײַנטיקע חסידים, און לאָזט ניט איבער אױף הפֿקר די קולטורעלע אוצרות, װאָס מיר האָבן געירשנט פֿון דורות ייִדיש־רעדנדיקע. אַנדערש געזאָגט געװאָרן: אַ שטעטל פֿון חובֿבֿי השׂפֿה היהודית (ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך). מיר אַלײן זײַנען אַפֿילו בעלנים זיך אַריבערצוקלײַבן פֿון פּױלן קײן קאַנאַדע, אױב אין אַ יאָר אַרום װעט ר׳ אלי נאָך אַלץ פּראַװען רביסטװע „בשטעטל קטנה La Prairie במוצאי מאָנטרעאָל‟.
יעדנפֿאַלס װינטשן מיר אים, ער זאָל פֿאַרברענגען גוט און בעיקר מיט מענטשן אַרום אױף צו מאַכן אַ לחיים און אַרױסרעדן אַ װאָרט, אם־ירצה־השם, טאַקע אױף ייִדיש. די לײענער בעטן מיר צו פֿאַרשפּרײטן דעם קול־קורא, כּדי ייִדן זאָלן פֿאָרן צום רבין: https://www.facebook.com/EliBenedict/posts/3045322335737999
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO