Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואַלד־סימבאָליזם אין דער ייִדישער טראַדיציעForest Symbolism in the Jewish tradition

בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן קאָן די ווילדע נאַטור זײַן סײַ סכּנותדיק, סײַ גאַנץ היימיש.

נישט לאַנג צוריק איז לעבן ירושלים אויסגעבראָכן אַ גרויסע וואַלד־שׂריפֿה; מער ווי 10,000 תּושבֿים פֿון די אַרומיקע שטעטלעך און דערפֿער האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זייערע היימען.

אַחוץ דער עקאָלאָגישער ווערט, האָבן וועלדער אַ גרויסן סימבאָלישן באַדײַט. יעדעס יאָר באַטראַכטן מײַנע פּאָסט־סאָוועטישע ישׂראלדיקע פֿרײַנד אַזעלכע טרויעריקע אינצידענטן ווי אַ פּערזענלעכן פֿאַרלוסט פֿון נאָסטאַלגישע ערטער, וואָס האָט דערמאָנט אין דער ווילדער נאַטור פֿון די מקומות, וווּ זיי זענען אויפֿגעוואַקסן.

די צוויי ווערטער „וואַלד‟ און „ווילד‟ זענען עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן איינס מיטן צווייטן און קלינגען פֿאָנעטיש ענלעך. די דאָזיקע פֿאָנעטישע ענלעכקייט האָט, אַוודאי, צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון ייִדישע פּאָעטן. שרײַבט איציק מאַנגער:

אָדם איז אַװעק פֿאַרטאָג

אין װילדן װאַלד אַלײן.

אָדם זאָגט: דער װאַלד איז װילד

און יעדער „װילד‟ איז שײן.

אַזאַ אימאַזש איז אַ „וויזיט־קאַרטל‟ פֿון דווקא אַן אַשכּנזישן, מיזרח־אייראָפּעיִשן דיכטער. אַ ספֿרדישער פּאָעט וואָלט גיכער געשילדערט דעם גן־עדן ווי אַן אָאַזיס אינמיטן אַ מידבר. לכּבֿוד מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט שאול טשערניכאָווסקי אָנגעשריבן אויף העברעיִש דאָס ליד „קסמי יער‟ („וואַלד־וווּנדער”). שוין אָפּגערעדט פֿונעם אַשכּנזישן אַקצענט, אָן וועלכן דער מעטער פֿון זײַן ווערק וואָלט זיך צעפֿאַלן, ווערט פֿונעם תּוכן קלאָר, אַז דער מחבר איז געווען אַ ייִד פֿון מיזרח־אייראָפּע.

נאָך אַ בײַשפּיל פֿון יוסף ראָלניק:

צו די ווילדע אין די וועלדער,

אין די אומבאַשרענקטע סטעפּעס,

וואָלט איך וועלן בעסער לויפֿן,

איידער צווישן אײַך דאָ זיצן.

דאָס וואַלדישע ווילדעניש איז פֿאַר ראָלניקן דווקא היימיש!

דעם פֿאַרגאַנגענעם ווינטער, ווען איך האָב, בשותּפֿות מיט דער מאָסקווער ייִדישיסטקע לובאָוו לאַווראָוואַ, געפֿירט ווידעאָ־לעקציעס פֿאַרן לייענען ייִדישע כּתבֿ־ידן, האָבן מיר געלייענט די פּריוואַטע קאָרעספּאָנדענץ פֿון איציק פֿעפֿער און אַהרן קושניראָוו. ביידע פּאָעטן האָבן כּסדר געשריבן וועגן וועלדער. בעת אונדזערע לימודים האָב איך פֿאָרגעלייענט זייער דיכטונג אויף דער דאָזיקער טעמע. אָט אַזוי באַשרײַבט קישניראָוו די געגנט אַרום ביראָבידזשאַן:

ווי די טײַכן דאָרטן שוימען,

ווי די וועלדער וואַקסן ווילד,

ווי דאָרט זײַנען קלאָר די רוימען,

ווי די ווײַטן זײַנען מילד.

אינעם הײַנטיקן ירושלים האָבן וועלדער אַ באַזונדערע ווערט בײַ די בראַצלעווער חסידים; רבי נחמן האָט מיעץ געווען זיך מתבודד צו זײַן אין אַזעלכע ווילדע פּלעצער און אויסצוגיסן דאָרט דאָס האַרץ פֿאַרן רבונו־של־עולם. דאָס איז נישט קיין מאָדנע אויסנעמלעך פֿירעכץ, נאָר אַ רעשטל פֿון אַ ברייטער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציע.

„קול ביער אָנוכי שומע”, פֿלעגט זינגען דער שפּאָלער זיידע און אַליין איבערזעצן זײַנע לשון־קודשדיקע ווערטער אויף ייִדיש: „גוואַלד אין וואַלד און אַ געפּילדער”. דער שפּאָלער זיידע, אַ באַרימטער חסידישער רבי, איז געווען אַ פֿאַרביסענער קענגער פֿון רבי נחמן; וועלדער זענען פֿאַר אים אָבער אויך געווען אָנגעלאָדן מיטן מיסטישן באַדײַט.

אַן אַנדער באַקאַנטער ניגון שטאַמט פֿון רבי יצחק־אײַזיק קאַלעווער: „וואַלד, וואַלד, ווי גרויס ביסטו! רויז, רויז, ווי ווײַט ביסטו!” כּדי צו אַנטדעקן די באַהאַלטענע רויז, די הייליקע שכינה, מוז מען קודם דורכמאַכן דעם וועג אינעם געדיכטן וואַלד.

וועלדער ווערן אַסאָציִיִרט סײַ מיט דער פֿינטצערניש פֿון גלות, סײַ מיט פֿאַרבאָרגענע אוצרות און דעם געהיימען לעבנס־שטייגער פֿון גרויסע צדיקים. דאַכט זיך, אליהו־הנבֿיא ווערט נאָר אין דער אַשכּנזישער קבלה אָנגערופֿן דער „שׂר־היער‟ – דער האַר פֿונעם וואַלד. דער גרויסער מקובל רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ פֿאַרגלײַכט אין זײַן ספֿר „שערי גן העדן‟ אי דעם גאַנצן עולם־הזה, אי דעם גן־עדן מיט אַ וואַלד. אליהו העלפֿט די פֿאַרבלאָנדזשעטע נשמות אַרויסצוקריכן פֿון דער געדיכטער פֿינטצערניש אינעם יענוועלטישן אייביקן וואַלד.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ווײַט נישט אַלעמאָל ווערן וועלדער אַסאָציִיִרט אין אונדזער קולטור מיט געמיט און רו. פּונקט פֿאַרקערט, דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז פֿול מיט מעשׂיות וועגן כּלערליי סכּנות, וואָס לויערן אינעם טיפֿן וואַלד – פֿון בערן און וועלף ביז גזלנים און פֿאַרשיידענע מינים סיטרא־אַחרא.

מע דערציילט, אַז אַמאָל האָט רבי אלימלך ליזשענסקער זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין אַ וואַלד און געטראָפֿן אַ הילצערן הויז. דורכן פֿענצטער האָט ער דאָרטן דערזען אַ שיין מיידל, וואָס האָט אים פֿאַרבעטן צו זיך אין שטוב, פֿאָרגעלייגט מיט איר צו זינדיקן און זיך גלײַך אויסגעטאָן. רבי אלימלך האָט אײַנגעהאַלטן זײַן יצר־הרע און דאָס הויז איז תּיכף נעלם געוואָרן; די בעל־הביתטע איז, אַ פּנים, געווען לילית אַליין.

אין אַנדערע מעשׂיות פֿיגורירן וואָלקעלאַקעס (ווערוועלף), פֿאַרפֿיר־ליכטלעך, וואָס ציִען מענטשן אַוועק פֿונעם שטעגעלע אין בלאָטעס אַרײַן, שרעטעלעך און סתּם שדים. פֿון דעסט וועגן, כאָטש די שטעטלדיקע וועלף און פּיפּערנאָטערס זענען אַ מסוכּנע חבֿריא, זענען זיי דאָך אונדזערע אייגענע ניט־גוטע.

בעת אין ישׂראל האָבן לעצטנס אויסגעבראָכן שרעקלעכע וואַלד־שׂריפֿות האָבן מיר אַנטדעקט אינעם אַרכיוו פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי אַן אין גאַנצן נײַעם פּאָעט, אַבֿרהם מירליס. זײַן ליד „די, וואָס גייען אַוועק‟ האָט ער געווידמעט, ווי עס זעט אויס, רוסישע ייִדן, וואָס זענען אין די 1990ער אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד קיין מדינת־ישׂראל. דער דיכטער באַקלאָגט זיך, אַז אינעם נײַעם לאַנד וועלן זיי מער נישט זען זייער היימלאַנד, „וואָס אייביק גרינט‟. אין אַן אַנדער ליד פֿאַרגלײַכט מירליס אַן אַלטן מאַן צו אַ טויטן בוים, וואָס שטייט „אַמאָל נאָך לאַנג אין וואַלד‟. דאָך, זעען מיר, אַז אין ארץ־ישׂראל זענען יאָ פֿאַראַן ערטער, „וואָס אייביק גרינען‟ – כּל־זמן זיי ווערן אָפּגעהיט ווי געהעריק, נישט אויסגעדאַרט און נישט, חלילה, פֿאַרברענט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.