דאָס מחלוקת צווישן פֿאַרלעגער נחמן מײַזילס און דעם אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעטThe dispute between Yiddish publisher Nakhmen Mayzils and the Anti-Fascist Committee
מײַזילס האָט געוואָלט אַרויסנעמען די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע בעת דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט אין מאָסקווע האָט אים געוואָרנט דאָס ניט צו טאָן.
אין די 1940ער און 1950ער יאָרן האָט דער ניו–יאָרקער „איקוף–פֿאַרלאַג‟ אַרױסגעגעבן אַ רײ ביכער פֿון סאָװעטישע ייִדישע מחברים. צװישן זײ זײַנען אַזעלכע װערטפֿולע װערק װי דעם נסתּרס ראָמאַן, „די משפּחה מאַשבער‟, דוד בערגעלסאָנס דראַמע „פּרינץ ראובֿני‟, פּרץ מאַרקישעס עפּישע פּאָעמע „מלחמה‟, צװײ בענד פֿון ליטעראַריש–היסטאָרישע שטודיעס פֿון מאיר װינער, זאַמלונגען פֿון לידער פֿון דוד האָפֿשטײן, איציק פֿעפֿער און אַנדערע. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז געװען דער אױפֿטו פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קריטיקער און רעדאַקטאָר, נחמן מײַזיל, װאָס איז געװען דער אָנפֿירער פֿונעם „איקוף‟ — דעם ייִדישן קולטור–פֿאַרבאַנד.
די באַציִונגען צװישן דעם סאָװעטישן און דעם אַמעריקאַנער צװײַג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זײַנען געװען געשפּאַנט. פֿון אײן זײַט, זײַנען דאָס רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטן געװען לינק געשטימט, און אַ צאָל פֿון זײ האָט סימפּאַטיזירט מיט דער סאָװעטישער מדינה װאָס האָט געשטיצט ייִדיש. מיט דער צײַט אָבער האָט די סאָװעטישע פּאָליטיק, בפֿרט די רדיפֿות קעגן ציוניזם, רעליגיע און העברעיִש, די שטיצע פֿון די אַראַבער אין זײער קאַמף קעגן ייִדן אין ארץ–ישׂראל אין 1929, און בפֿרט דער אָפּמאַך צװישן דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און נאַציסטישן דײַטשלאַנד אין 1939, אָפּגעשטױסן אַ היפּשע צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם סטאַליניסטישן טעראָר פֿון די 1930ער יאָרן זײַנען װאָסער ניט איז קאָנטאַקטן מיט אױסלאַנד געװאָרן געפֿערלעך פֿאַר אַלע סאָװעטישע בירגער.
די לאַגע האָט זיך געביטן נאָך דעם אױסבראָך פֿון דער סאָװעטיש–דײַטשישער מלחמה אין 1941. די סאָװעטישע רעגירונג האָט געשאַפֿן דעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט כּדי צו פֿאַרשפּרײטן די סאָװעטישע מלחמה–פּראָפּאַגאַנדע צװישן ייִדן אין אױסלאַנד. מען האָט זיך פֿון דאָס נײַ גענומען פֿאַר אױפֿבױען באַציִונגען מיט פּראָמינענטע כּלל–טוער און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אױסלאַנד, דער עיקר אין אַמעריקע.
מײַזיל האָט געהאַט אַן אײגענעם אינטערעס אין אַזאַ מין קאָנטאַקטן. ער האָט גוט געקענט די שרײַבער פֿון דער „קיִעװער גרופּע‟ — בערגעלסאָנען, מאַרקישן, האָפֿשטײנען, לײב קװיטקאָ, װאָס זײַנען איצט געװאָרן חשובֿע טוער אינעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. מײַזיל איז געװען אײנער פֿון די גרינדער פֿון דער „קולטור–ליגע‟ אין קיִעװ אין די יאָרן 1920-1917. אַזױ װי זײַנע חבֿרים האָט ער פֿאַרלאָזט סאָװעטישע אוקראַיִנע, אָבער להיפּוך צו זײ האָט ער זיך שפּעטער ניט אומגעקערט אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. ער האָט זיך באַזעצט אין װאַרשע, װוּ ער האָט רעדאַקטירט די צײַטשריפֿט, „די ליטעראַרישע בלעטער‟, און אין 1937 האָט ער געהאַט אַ גוטן מזל צו אימיגרירן קײן אַמעריקע.
מײַזילס האָט מיט אינטערעס נאָכגעפֿאָלגט די נײַע פּובליקאַציעס פֿון זײַנע אַמאָליקע קיִעװער חבֿרים. אין יאַנואַר פֿון 1941, נאָך פֿאַרן אױסבראָך פֿון דער מלחמה, האָט ער געבעטן בײַם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ צו שיקן אים נײַע סאָװעטישע ביכער, שרײַבנדיק: „עס אינטערעסירט אונדז זײער מ. װינערס געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און טאַקע דעם נסתּרס בוך — די בײדע טײלן.‟
די צװײטע אױפֿלאַגע פֿון דעם נסתּרס ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער‟, װאָס האָט אַנטהאַלטן עטלעכע קאַפּיטלעך פֿונעם צװײטן טײל, איז אַרױס ערשט אין יוני פֿון 1941, און כּמעט דער גאַנצער טיראַזש איז פֿאַרניכטעט געװאָרן אין דער דרוקערײַ אין װילנע װען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט די שטאָט. דער ערשטער טײל איז אַרױס אין מאָסקװע אין 1939 און מײַזיל האָט אים איבערגעדרוקט אין ניו–יאָרק אין 1943. אין 1948 האָט ער באַקומען פֿון מאָסקװע און געדרוקט דעם גאַנצן צװײטן טײל. אין רוסלאַנד איז דער פֿולער נוסח פֿונעם ראָמאַן קײן מאָל ניט אַרױס.
דער סאָװעטישער ליטעראַטור-פֿאָרשער מאיר װינער איז הײַנט אָנערקענט װי אײנער פֿון די װיכטיקסטע היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ היפּשע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט די צװײ-בענדיקע אױסגאַבע פֿון „איקוף‟ אין 1945-46, װאָס נעמט אַרײַן װינערס פֿאַרשײדענע סאָװעטישע פּובליקאַציעס פֿון די 1920ער-1930ער יאָרן. װינער איז געװען אַ געטרײַער מאַרקסיסט, און אַ קריטיקער פֿון „בירגערלעכע‟ פֿאָרשער, צװישן זײ מאַקס װײַנרײַך. מײַזיל האָט געפֿילט, אַז אַזאַ מין קריטישער טאָן װעט ניט זײַן צום האַרצן דעם אַמעריקאַנער לײענער. אָבער װינער איז אומגעקומען אין שלאַכט אין 1941 און האָט ניט געקענט זיך באַטײליקן אין צוגרײטן די נײַע אַמעריקאַנער אױפֿלאַגע.
מײַזיל האָט דערנאָך געשריבן צו שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער אין מאָסקװע אַזוי:
** „מיר האָבן דעם פֿולן פּיעטעט און פֿאַרערונג צו פֿאָרשונגען פֿון דעם פֿרי–אומגעקומענעם פֿאַרדינסטפֿולן געלערנטן. אָבער מיר זענען זיכער, אַז װען ער װאָלט אַלײן איצט איבערגעקוקט זײַן װערק, װאָלט ער אײניקע שאַרפֿע, שנײַדיקע שטעלן און באַצײכענונגען פֿון מענטשן–שרײַבער און פֿון ייִדישיסטישער װיסנשאַפֿט געמאַכט מילדער. צו װאָס איצט רײצן דעם עולם, צו װאָס איצט אַדורכלאָזן עפּיטעטן פֿון מענטשן, װאָס מיר באַמיִען זיך צו גײן מיט זײ צוזאַמען און װעלכע מיר האָבן געװוּנען (טײלװײַז) פֿאַר אונדזער אַלגעמײנער ייִדישער אײניקײט […]? װענדן מיר זיך צו אײַך מיט דער בקשה — איר זאָלט עס אױפֿנעמען און גלײַך אונדז טעלעגראַפֿיש ענטפֿערן אײַער הסכּם. איך װעל עס מאַכן זײער און זײער פֿאָרזיכטיק, די קריטישע שטעלן װעל איך אין גאַנצן לאָזן, אָבער די צו-שאַרפֿע פּאָלעמישע ערטער װעל איך פֿאַרמילדערן. איך חזר איבער, אַז כ׳װעל עס טון מיט גאָר דער פֿאָרזיכטיקײט און טיפֿסטער באַציִונג צו מ. װינער און זײַנע געדאַנקען און אױפֿקלערונגען, עס זאָל חס־ושלום נישט לײַדן דער עצם געדאַנק און זײַן קריטישע באַציִונג צו אַ רײ פֿאָרשער.‟ **__ פֿון מאָסקװע איז געקומען אַן ענטפֿער, אַז מײַזיל טאָר דאָס בשום־אופֿן ניט טאָן און מוז איבערדרוקן װינערס טעקסטן פּונקט אַזױ װי זײ שטײען.
באַגײַסטערט פֿון מײַזילס פּראָיעקט פֿון אַרױסגעבן װערק פֿון סאָװעטישע מחברים אין אַמעריקע, האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט געשלאָסן אָפּמאַכן מיט צענדליקער סאָװעטישע שרײַבער אויף אַרױסצוגעבן זײערע װערק אין אױסלאַנד. לרובֿ זײַנען דאָס געװען פּראָפּאַגאַנדיסטישע װערק פֿון אַ נידעריקער ליטעראַרישער קװאַליטעט, װאָס מײַזיל װאָלט אין זײ ניט געהאַט קײן אינטערעס. ער איז געװען אױסן צו באַקענען די ברײטע װעלט מיט די בעסטע און שענסטע װערק פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור און ניט צו פֿאַרשפּרײטן די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע. זײַן אױפֿטו איז פֿאַרבליבן אַ בכּבֿודיקער ליטעראַרישער דענקמאָל דער דערמאָרדעטער סאָװעטישער ייִדישער קולטור.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO