Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וועבזײַט וועט באַשרײַבן דאָס אַמאָליקע ייִדישע קולטור־לעבן אין פּאַריזNew website will highlight the once thriving Yiddish cultural life in Paris

אַ הויפּטשטריך פֿון דער דעמאָלטדיקער ייִדישער סבֿיבֿה אין פּאַריז איז געװען די קונסט און די געשטאַלט פֿונעם ייִדישן קינסטלער.

דעם זומער, נאָך אַלץ בימי־הקאָראָנע, רחמנא לצלן, קומען פֿאָר ייִדישע זומער־אוניװערסיטעטן, על־פּי רוב, נאָר װירטועל, ד״ה דורכן „זום” למשל, יעדנפֿאַלס אױפֿן אינטערנעט. אױף אָט אַזאַ אופֿן האָט מען נאָר װאָס דורכגעפֿירט די ניו־יאָרקער זומער־פּראָגראַם אױפֿן נאָמען פֿון אוריאל װײַנרײַך פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. פּונקט אַזױ איז געװען אין װאַרשע מיט אַ חודש צוריק, און אַזױ איז איצט אױך אין פּאַריז – כאָטש דאָרטן פֿירט מען יאָ דורך געצײלטע קלאַסן טאַקע פֿיזיש אױפֿן אָרט.

די פּאַריזער זומער־פּראָגראַם איז אינטערעסאַנט ניט נאָר צוליב די שפּראַכקורסן, נאָר אױך צוליב דער קולטור־פּראָגראַם און אַן אױסערגעװײנטלעכער סעריע לעקציעס וועגן פֿאַרשידענע קולטור־היסטאָרישע טעמעס. דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת צו נאַכטס, למשל, האָט ד״ר יצחק ניבאָרסקי געהאַלטן אַ לעקציע און פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַנאָראַמע פֿון ייִדישע שרײַבער, װאָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין פּאַריז.

ניבאָרסקי, דער הײַיאָריקער פּרעזידענט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, אַ ייִדיש־לערער, ליטעראַטור־פֿאָרשער און לעקסיקאָגראַף, האָט אַלײן אָנטײל גענומען אין דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון פּאַריז אין שפּעטן 20סטן יאָרהונדערט, טאַקע אין משך פֿון לאַנגע יאָרן, איז דאָך שױן אַדורכגעגאַנגען מער װי אַ יובֿל זינט ער איז אָנגעקומען אַהין פֿון אַרגענטינע. דעמאָלט האָט ער תּיכּף גענומען אַרבעטן בײַ דער מעדעם־ביבליאָטעק פֿונעם אַרבעטער־רינג, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דאָס האַרץ פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

װײַטער װעלן מיר דאָ איבערגעבן דעם תּוכן פֿון ניבאָרסקיס פֿאַרכאַפּנדיקן רעפֿעראַט, װאָס איז דערצו אַן אַרײַנפֿיר צו אַ נײַעם װעבזײַטל, װאָס מע האַלט אין צונױפֿשטעלן. דאָס דאָזיקע װעבזײַטל אױפֿן נאָמען „איבערגענג” איז געװידמעט דעם קולטורעלן לעבן אױף ייִדיש װאָס האָט אַ מאָל געבליט אין פּאַריז. דער טיטל דערמאָנט אפֿשר אָן די באַרימטע פּאַריזער „פּאַסאַזשן” (אַרקאַדן), װעגן װעלכע ס׳האָט געשריבן װאַלטער בנימין, דער דײַטשיש־ייִדישער פֿילאָסאָף. לעת־עתּה איז דאָס װעבזײַטל בנמצא נאָר אױף פֿראַנצײזיש, נאָר אַן ענגליש־רעדנדיקער װעט זיך מסתּמא אױך אַן עצה געבן. די טעמע „ייִדיש אין פּאַריז” נעמט אַרײַן סײַ די פּאַריזער שרײַבער, װאָס האָבן געשריבן אױפֿן ייִדישן לשון, סײַ דעם סוזשעט „פּאַריז” אין דער ייִדישער ליטעראַטור. חוץ דעם קען מען דאָרטן אַ קוק טאָן אױף אַ מאַפּע פֿון ערטער, װאָס האָבן אַ שײַכות מיטן ייִדישן קולטור־לעבן אין דער פֿראַנצײזישער הױפּטשטאָט. פֿאַראַנען אױך זײַטלעך װעגן ייִדישע פּובליקאַציעס געדרוקטע אין פּאַריז און װעגן אבֿרהם בערעזניאַקס פּאַריזער דרוקערײַ.

פֿאַרן אָנהײבן זײַן לעקציע האָט ניבאָרסקי באַמערקט, אַז די געשיכטע פֿונעם שרײַבן אױף ייִדיש איז געװען אַ קורצע אין פּאַריז. דעריבער איז גיכער ניט שײך שמועסן װעגן אַ גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור אין פּאַריז. בעסער צו רעדן װעגן די יחידישע שרײַבער.

ייִדישע שרײַבערײַ האָט זיך געקענט אָנהײבן אין פּאַריז ערשט נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען ס׳איז שױן געװען אַ קריטישע מאַסע אַשכּנזישע ייִדן. דער עיקר, די אימיגראַציע פֿון פּױלן האָט גורם געװען, אַז ס׳איז אױסגעװאַקסן אַ שטיקל ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה. ערבֿ דעם חורבן זײַנען געװען אין פּאַריז אַרום 90 טױזנט ייִדיש־רעדנדיקע.

דער דאָזיקער פּעריאָד – די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן – איז געװען די סאַמע פֿרוכפּערדיקע תּקופֿה, װען ס׳האָט זיך פֿונאַנדערגעװאַקסן אַ ייִדישע פּעריאָדיק אין פּאַריז, און מע האָט אַפֿילו געדרוקט ביכער פֿון ייִדישער בעלעטריסטיק. די צײַט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט ניבאָרסקי אָנגערופֿן „פּרעהיסטאָריע”. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט זיך די ייִדישע קולטור אין פֿראַנקרײַך אױפֿגעלעבט פֿונסנײַ, שאַפֿנדיק אַ פֿרישן יסוד אױך פֿאַר ליטעראַטור אױף ייִדיש. אױף אַזאַ אופֿן האָט דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן דאָרט געהאַט אַ המשך אין די יאָרן פֿון 1944 אַזש ביזן סוף 20סטן יאָרהונדערט.

נאָכן אַװעקשטעלן אַזאַ מין כראָנאָלאָגיע פֿון דרײַ טײלן האָט ניבאָרסקי אָנגעװיזן אױף עטעלכע „פּרעהיסטאָרישע” מאָמענטן: אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען איז געװען אַ צײַט לאַנג אין פּאַריז, ש. אַנ־סקי האָט געלעבט דאָרט אַזש גאַנצענע 12 יאָר (כאָטש ער האָט דעמאָלט װײניק געשריבן אױף ייִדיש), און זלמן שניאור האָט שטודירט אין פּאַריז אין די יאָרן 1905–1909 (ער האָט אין דער צײַט שױן געהאַט אַ שם װי אַ העברעיִשער פּאָעט). ניסן פֿראַנק (1889–1942), אַ ליטװישער ייִד, אַ געלערנטער לאַנדװירט און אַ טעאַטער־מענטש, האָט געדרוקט אַ ייִדישע פּיעסע, „דער זיג”, אין פּאַריז שױן אין 1911טן יאָר. דער סאַמע װיכטיקסטער מאָמענט פֿונעם ערבֿ־בראשית איז אפֿשר געװען דער קיום פֿון אַן ערשטער צײַטשריפֿט אױף ייִדיש אין פּאַריז: האַרט פֿאַרן אױסבראָך פֿונעם ערשטן װעלטקריג, אין משך פֿון אַן ערך אַ יאָר צײַט, איז אַרױס אַבֿרהם רײזענס „נײַער זשורנאַל”, מיט דער רעדאַקציע אין פּאַריז. אַ פּמליא אָנגעזעענע שריפֿטשטעלער זײַנען זיך דעמאָלט צונױפֿגעקומען אין פּאַריז און זײַנען געשטאַנען בײַם װיגעלע, אַז מע האָט געגרינדעט די צײַטשריפֿט. אַחוץ רײזענען זײַנען בײַגעװען שלום אַש, חיים זשיטלאָװסקי, לעאָ קעניג און שלום־עליכם.

אױף אַן אמת צעבליט האָט זיך אָבער אַ ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה אין פּאַריז ערשט אין די יאָרן 1920–1939. װי מיר האָבן שױן באַמערקט, איז די דאָזיקע אַנטװיקלונג געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אימיגראַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע. אין יענע טעג האָט אַ ייִד אַן אָנקומענדיקער קײן פּאַריז געװײנטלעך אימיגרירט קיין פֿראַנקרײַך פֿון פּױלן װיאַ בערלין, װין אָדער בריסל. ס׳זײַנען אױך אָנגעקומען געצײלטע אימיגראַנטן דירעקט פֿון פּאַלעסטינע. אָפֿטמאָל האָבן זיך ייִדישע מיגראַנטן אָפּגעשטעלט אין פּאַריז נאָר אױף אַ געװיסער צײַט און זײַנען װײַטער געפֿאָרן אין אַנדערע לענדער.

אַ גרױסער טײל פֿון די אַשכּנזישע ייִדן אין פּאַריז איז שפּעטער אומגעקומען אינעם חורבן, הי״ד. נאָר אַ מיעוט האָט באַװיזן אַװעקצופֿאָרן ערבֿ דער מלחמה אָדער זיך צו באַהאַלטן פֿאַר די נאַציס צי איבערגעלעבט קעמפֿנדיקערהײט. נאָך דער באַפֿרײַונג װידער האָבן זיך געפֿונען אין פּאַריז אַ סך ייִדן אָן אַ היים, פֿון דער שארית־הפּליטה און אַנטלאָפֿענע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײַן דעמאָגראַפֿישן סך־הכּל האָט ניבאָרסקי פֿאַרענדיקט מיט דער באַמערקונג, אַז אַ גן־עדן װי למשל אין אַמעריקע אָדער אַרגענטינע האָט ייִדיש אין פּאַריז קײנמאָל ניט געהאַט.

אײדער מע האָט זיך אַרײַנגעלאָזן אין דער פּרשה „צװישן־מלחמהדיקע יאָרן” אױף אַ ברײט־אַרומנעמיקן אופֿן, האָט ניבאָרסקי אָנגעװיזן אױפֿן ערשטן ייִדישן בוך, װאָס מע האָט געדרוקט אין פּאַריז נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה – אַ באַנד פּאָעזיע, װאָס איז אַרױס אין 1920סטן יאָר: „טרױמען און װירקלעכקײט” פֿון בעל־החלומות. די פּובליקאַציע איז ניט נאָר אינטערעסאַנט צוליב די לידער גופֿא, נאָר אױך צוליבן אױטאָר – „בעל־החלומות” איז געװען דעם פּאָעט שלום שװאַרצבאַרדס אַ פּסעװדאָנים. ער איז מסתּמא באַקאַנטער בײַם עולם װי דער ייִד, װאָס האָט אין 1926 דערשאָסן דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט אין די יאָרן 1918–1921, סימאָן פּעטליוראַן, װעמען מע האָט באַשולדיקט אין אַ גרױסער צאָל פּאָגראָמען קעגן ייִדן אין אוקראַיִנע, בשעתן רוסישן בירגערקריג.

די 1920ער יאָרן זײַנען געװען אַ תּקופֿה פֿון ליטעראַרישע עקספּערימענטן און אױפֿקום פֿון אַ ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז. שמואל־יעקבֿ יאַצקאַן, װאָס האָט פֿריִער אַרױסגעגעבן די װאַרשעװער צײַטונג „הײַנט”, האָט פֿון זינט 1926 רעדאַקטירט דעם „פּאַריזער הײַנט”. אַחוץ דעם איז אין 1934 אױפֿגעקומען אַ קאָמוניסטיש בלאַט, „די נײַע פּרעסע”, װאָס האָט געשאַפֿן אַן אָרט פֿאַר די לינק געשטימטע שרײַבער אױף צו דרוקן זײערע װערק.

דער װיכטיקסטער שרײַבער פֿון ייִדישער בעלעטריסטיק אין פּאַריז איז אין דער תּקופֿה געװען װאָלף װעװיאָרקע. געבוירן געװאָרן אין 1896, איז ער אָנגעקומען קײן פּאַריז פֿון בערלין אין 1924סטן יאָר. באַלד האָט ער דאָרט געשאַפֿן אַ ליטעראַרישע צײַטשריפֿט אױפֿן נאָמען „נעסט”. פּובליקירט האָט ער קודם־כּל קורצע פּראָזע, אינעם „פּאַריזער הײַנט” און אױך אין אונדזער ניו־יאָרקער „פֿאָרװערטס”. 1936 איז לכּבֿוד זײַן ליטעראַרישן יובילײ געדרוקט געװאָרן אַ בוך מיט װעװיאָרקעס דערצײלונגען, „מיזרח און מערבֿ”. ניבאָרסקי האַלט, אַז װי אַ מחבר פֿון דערצײלונגען האָט װעװיאָרקע געהאַט אַ שאַרפֿן חוש אי פֿאַר קאָמיזם, אי פֿאַר טראַגיזם – און אײגנטלעך אױך פֿאַר גראָטעסקס. װאָס שײך קאָמיזם האָט ער, למשל, אָנגעשריבן דערצײלונגען, װאָס קומען פֿאָר אינעם אימיגראַנטן־האָטעל – אַן אָרט, װוּ אַ ייִד, אַן אָנגעקומענער פֿון פּױלן, האָט אָפֿטמאָל געדאַרפֿט אָפּפֿינצטערן אַ געװיסע צײַט. אַזאַ מין האָטעל, װאָס געפֿינט זיך אָפֿט גלײַך לעבן װאָקזאַל, האָט אין מױל פֿון עמך אױך געהײסן „האָטעל דע װאַנץ” צי „האָטעל דע װאַנצן”. אין פּאַריז האָט זיך דערפֿון באַקומען אַן אָפּלאַכעריש אָנצוהערעניש אױפֿן נאָמען Hotel de France, אַ שטיפֿערישער טאָפּאָנים אױפֿן סמך פֿונעם קלאַנגען־שפּיל פֿראַנס־וואַנץ.

דער טראַגישער עלעמענט קומט אױס בולט בײַ װעװיאָרקען, אַז ער שרײַבט װעגן דעם שמערץ פֿונעם עלטערן דור אימיגראַנטן לגבי דער אַסימילאַציע פֿון די ייִנגערע, אָדער אין די באַשרײַבונגען פֿון דחקות, קינדעראַרבעט און פּראָסטיטוציע. ס׳זײַנען אָבער דאָ בײַ װעװיאָרקען אױך שילדערונגען פֿון ייִדישן דלות, װאָס האָבן אַ פּנים פֿון חוזק און גראָטעסק – למשל, אַז עס גײט אינעם קאָנטראַסט פֿון דעם אינטעליגענטס אָרעמקײט צו דער עשירות פֿונעם „פּאַמאַלניק”. (דאָס װאָרט „פּאַמאַלניק” נעמט זיך פֿון פֿראַנצײזיש pas mal – „ניט שלעכט”, דער פֿראַנצײזישער נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער „אָלרײַטניק”.)

אין 1943 איז װאָלף װעװיאָרקע אַרעסטירט געװאָרן, אין 1945 איז ער אָנגעקומען אין אױשװיץ און דאָרטן אומגעבראַכט געװאָרן. אַגבֿ־אורחא װילן מיר דאָ דערמאָנען, אַז זײַן אײניקל אַנעט, איר צו לאַנגע יאָרן, איז אַ באַדײַטנדיקע היסטאָריקערין און האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכער װעגן דעם חורבן. אינאײנעם מיט יצחק ניבאָרסקין האָט זי אױך מחבר געװען אַ ביכל װעגן פּױליש־ייִדישע יזכּור־ביכער. הײַיאָר האָט זי געדרוקט זכרונות װעגן איר צײַט אין דער מאַאָיִסטישער כינע, אין די 1970ער יאָרן.

אין דער לעקציע זײַנער האָט ניבאָרסקי געטענהט, אַז דער סאַמע כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון דער פּאַריזער ייִדישער סבֿיבֿה איז מסתּמא געװען די קונסט, פּלאַסטישע קונסט בפֿרט, און די געשטאַלט פֿונעם ייִדישן קינסטלער. דאָס הײסט, בשעת װען די ערשטע ייִדישע פּאָעטן אין אַמעריקע האָבן געשריבן װעגן דער מערכה פֿון ייִדישע האָרעפּאַשניקעס אין די שאַפּס, און אין אַרגענטינע למשל זײַנען די ייִדישע קאָלאָניעס געװען אַן עיקרדיקע טעמע, האָט אין פֿראַנקרײַך די קונסט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָל. װען־ניט־װען האָבן זיך קונסט מיט ליטעראַטור טאַקע פֿאַרבונדן אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון יחידים.

לאָמיר אָנכאַפּן, צום בײַשפּיל, מאַרק שאַגאַלן, װאָס האָט אַמאָל אַפֿילו אױך „געזינדיקט” מיט פּאָעזיע – און אילוסטריט ניט װײניק ייִדישע ביכער. אָדער עוזר װאַרשאַװסקין, הי״ד, װאָס איז ניט נאָר געװען אַ באַװוּסטער קונסט־קריטיקער אין פּאַריז, נאָר האָט אױך אַלײן געשאַפֿן אַ ביסל קונסט. אַגבֿ, אין פּאַריזער מוזײ פֿון ייִדישער קונסט און געשיכטע װײַזט מען איצט אַן אױסשטעלונג װעגן די ייִדישע קינסטלער פֿון דער „פּאַריזער שול” אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט. אַ צװײטע, קלענערע אױסשטעלונג אינעם מוזײ איז געװידמעט הערש פֿענסטערס בוך, „אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער”. אַן אַרומנעמיקן פּאָרטרעט פֿון דער דאָזיקער קינסטלער־סבֿיבֿה געפֿינט מען אין כיל אַראָנסאָנס „בילדער און געשטאַלטן פֿון מאָנפּאַרנאַס” (1963). אין זײַנע סטודענטישע יאָרן האָט זלמן שניאור אָנגעשריבן אַ סאַטיריש ליד װעגן דער אָ סבֿיבֿה. װאָלף װעװיאָרקע האָט אָנגעשריבן אַ דערצײלונג מיטן טיטל „אַ נקמה פֿון אַ קינסטלער”, װאָס גיט איבער אַן אײַנדרוק פֿונעם שרעקלעכן מעמד פֿון אַ קינסטלער אַן אָרעמאַן – אין פֿאַרגלײַך מיט אַ פֿאַרריסענעם בורזשוּי, אַ „פּאַמאַלניק”, װאָס אין אים איז זיך נוקם דער קינסטלער.

אין די 1930ער יאָרן האָט זיך די שטימונג געביטן אױף אַ ממשותדיקן אופֿן אין אײראָפּע, אױך אין פּאַריז. ס׳איז געװען אַ צײַט פֿון עקאָנאָמישן קריזיס; נאַציזם איז שױן אױפֿגעקומען „מיט דער גאַנצער פּאַרע”; ס׳האָט געװעלטיקט פֿײַנטלעכקײט צו אָנגעפֿאָרענע און נישט־דאָ־געבוירענע. די דאָזיקע שינויים האָבן זיך טײלמאָל אױך אָפּגעשפּיגלט אין דער ליטעראַטור, דער עיקר בײַ סאָציאַל־קריטישע שרײַבער. פֿון דער אַנדערער זײַט װידער האָט אין די יאָרן 1934–1939 זיך טאַקע געטאָן אַ שאָט מיט ביכער, כאָטשבע אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערדיקן מצבֿ, װען ס׳זײַנען כּמעט קײן ייִדישע ביכער ניט געדרוקט געװאָרן אין פּאַריז גופֿא. מער פּרטימדיק װעגן דער כראָנאָלאָגיע פֿון ייִדישע ביכער, װאָס זײַנען אַרױס אין פּאַריז אין 20סטן י״ה, זעט דאָ.

װײַטער האָט ניבאָרסקי אױסגערעכנט פֿאַר אונדז אַ רײ שרײַבער קדושם, װאָס זײַנען דערהרגעט געװאָרן אין חורבן. דער שרײַבער דוד פּליסקין האָט, צװישן אַנדערע זאַכן, געשריבן ליטעראַטור פֿאַר קינדער. יאַנקל שפּאַן (שיפֿמאַן) איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ פֿרומער משפּחה, װאָס איז געװען פֿאַרבונדן מיט אַגודת־ישׂראל, און האָט אָנגעשריבן אַ דיקן ראָמאַן װעגן ייִדישן לעבן אין ארץ־ישׂראל: „אױפֿן שװערן גרונט: פּאַלעסטינער ראָמאַן”. מאיר דזשיאַלאָװסקי, אַ געבוירענער אין װאַרשע, איז אין 1929 אָנגעקומען פֿון בערלין קײן פּאַריז, װי אַ יונגער פּאָעט און איבערזעצער – און אַ האָרעפּאַשניק אַן אבֿיון. די מערסטע אײנצלהײטן אָבער האָט ניבאָרסקי אונדז איבערגעגעבן װעגן יאָסל צוקערן.

יאָסל צוקער איז אָנגעקומען אין פּאַריז אין 1926, װי אַ 14־יעריקער בחור, און אױך ער איז געװען אַ בעל־מלאכה. דער יונגער שרײַבער האָט מחבר געװען שאַרפֿע סאָציאַל־קריטיק און געשריבן װעגן פּאָליטישן קאַמף. װי װעװיאָרקע, האָט ער אױך אָנגעשריבן דערצײלונגען, װאָס קומען פֿאָר אין עמיגראַנטן־האָטעלן, נאָר לחלוטין ניט קײן הומאָריסטישע. בײַ אים טרעטן אױף אַזעלכע פּערסאָנאַזשן װי, למשל, עלנטע פֿרױען, װױנענדיקע אין יענע האָטעלן, פּליטים, אָנגעקומענע פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד, און „פֿאַסאָניערס”, ד״ה אַרבעטער קאָנטראַקטאָרן, װאָס באַקומען באַצאָלט אַ שיבוש פֿאַר זײער האָרעװאַניע. אַז יאָסל צוקער שרײַבט װעגן פּאַמאַלניקעס, באַקומען זיך אַמאָל איבערגעטריבענע קאַריקאַטורן, נאָר אַחוץ דעם לױבט ניבאָרסקי צוקערס שלימותדיקן דערצײלערישן נוסח. דאָס אײנציקע בוך, װאָס איז אַרױס נאָך בעת זײַן קורצן לעבן, האָט נח פּרילוצקי אַרױסגעגעבן אין װאַרשע, אַ באַנד דערצײלונגען אױפֿן נאָמען „אַ פֿרעמד לעבן”.

דעם גורל פֿון ייִדיש בעתן חורבן האָט ניבאָרסקי פֿאַרסך־הכּלט בזה הלשון: אין דער מלחמה זײַנען אָפּגעגאַנגען אין בלוט אי די שרײַבער, אי די לײענערשאַפֿט. נאָך 1945 האָט זיך געמאַכט אַ נײַער בראשית. פֿון דעסט װעגן האָט ניבאָרסקי אַרױסגעהױבן עטלעכע שרײַבער, װאָס זײַנען איבערגעבליבן פֿון פֿאַר דער מלחמה.

צװײ פֿון זײ זײַנען געװען איבערגעצײַגטע לינקע, װאָס זײַנען אַנטױשט געװאָרן מיטן קאָמוניזם ערשט אין 1956, נאָך דעם װי כרושטשאָװ האָט אַראָפּגעריסן דעם „קולט פֿון פּערזענלעכקײט” און מודה געװען, אַז סטאַלין האָט געהײסן דערמאָרדן די מיטגלידער פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט דעם 12טן אױגוסט 1952.

דער ערשטער פֿון די בײדע איז געװען בנימין שלעװין, װאָס האָט שױן געהאַט געקומען קײן פֿראַנקרײַך אין 1934. נאָך פֿאַר דער מלחמה האָט ער דאָרטן געדרוקט אַ באַנד נאָװעלן, „גרױע פּראָפֿילן”. אין 1948 האָט ער פּובליקירט „די ייִדן פֿון בעלװיל”, אַ גרױסן ראָמאַן װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער אימיגראַציע אין פֿראַנקרײַך, פֿון 1920 ביז נאָך דער באַפֿרײַונג.

דער צװײטער, משה שולשטײן, איז דערעיקרשט געװען אַ פּאָעט. געקומען קײן פּאַריז אין 1937טן, פֿון בעלגיע. ביזן פּערזענלעכן קריזיס נאָכן 1956טן יאָר האָט ער כּמעט אַלע יאָר אַרױסגעגעבן אַ באַנד לידער. דערצו האָט ער אױך געשריבן בעלעטריסטישע פּראָזע, עסײען און זכרונות.

געװען נאָך צװײ שרײַבער, װאָס האָבן זיך שױן פֿריִער געהאַט באַזעצט אין פֿראַנקרײַך און האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, נאָר אָנגעהױבן דרוקן זיך ערשט נאָך דער באַפֿרײַונג. חיים סלאָװעס האָט געשריבן פּיעסעס אין בערטאָלט ברעכטס סטיל, אַרײַנװעבנדיק עלעמענטן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר – למשל אין דער דראַמע „המנס מפּלה” – אַ מין פּורים־שפּיל. ער האָט, אַגבֿ, אױך אָנטײל גענומען אין אַ שליחות אין מאָסקװע סוף 1950ער יאָרן אױף משתּדל זײַן זיך לטובֿת דער ייִדישער ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד – לסוף טאַקע מיט הצלחה, אין 1961 האָט דאָך אָנגעהױבן אַרױסגײן דער ליטעראַרישער זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד”. רבֿקה קאָפּע, אַ װיכטיקע און פּראָדוקטיװע פּאָעטעסע, האָט געשריבן אַ סך מאָדערנער און פֿרײַער אין דער פֿאָרם פֿון שולשטײנען, אױף אַן אינטערעסאַנטן און באַנײַערישן אופֿן. זי האָט אױך אָנגעשריבן קינדער־פּאָעזיע און ליטעראַטור־קריטיק.

די, װאָס זײַנען טאַקע נײַ אָנגעקומען נאָכן קריג, האָבן מיט זיך געשלעפּט דעם באַגאַזש פֿון דער מלחמה. פֿאַר אַ סך שרײַבער איז פּאַריז געװען אַ סטאַנציע אױפֿן װעג. צװישן זײ זײַנען געװען אמתע גדולי־הדור, אַזעלכע שרײַבער װי מרדכי שטריגלער, שמערקע קאַטשערגינסקי, אַבֿרהם סוצקעװער, חיים גראַדע, לײב ראָכמאַן, רייזל זשיכלינסקי, יחיאל האָפֿער, אַבֿרהם זאַק, יצחק יאַנאַסאָוויטש, משה קנאַפּהייס, ישׂראל אַשענדאָרף, ברוך האַגער, משה סמבטיון (אפֿרתּי) און שׂמחה שוואַרץ. פֿאַרשטײט זיך, אַז די מערסטע זײַנען װײַטער געפֿאָרן אָדער קײן צפֿון־אַמעריקע, אָדער קײן ארץ־ישׂראל. 1952 איז אַ גאַנצע גרופּע שרײַבער אַװעק דװקא קײן אַרגענטינע.

געבליבן זײַנען געצײלטע: אלחנן װאָגלער, אַן איבערגעבליבענער פֿון יונג װילנע, אַ פּאָעט פֿון דער װײַסרוסישער לאַנדשאַפֿט (זע למשל זײַן באַנד לידער און פּאָעמען „פֿרילינג אױפֿן טראַקט”); די דיכטערין פּערל האַלטער (מאַרעק האַלטערס מוטער), די פּאָעטן משה װאַלדמאַן און חיים קעניגער, װעמענס פּאָעזיע טײלט זיך אױס מיט אַן אומעטיקן ליריזם. כּדאי צו באַמערקן, אַז די קינדער פֿון די צװײ לעצט דערמאָנטע זײַנען עד־היום פֿאַרבונדן מיטן פּאַריזער ייִדיש־צענטער. ראָלאָן (Roland) קעניגער איז אַ מיטגליד אין דער אַדמיניסטראַציע און משה װאַלדמאַנס זון, אַהרן, אַרבעט װי אַ ייִדיש־לערער דאָרט. װאַלדמאַנס טאָכטער, רחל ערטעל, איז אַ ליטעראַטור־פֿאָרשערין און אײנע פֿון די װיכטיקסטע איבערזעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור אױף פֿראַנצײזיש.

אין נאָך־מלחמהדיקן פּאַריז זײַנען אױך צוגעקומען ייִדן ניט פֿון דער שארית־הפּליטה: אַזױ איז, למשל, דאָרע טײטלבױם אַנטלאָפֿן פֿון די אַנטי־קאָמוניסטישע רדיפֿות אין אַמעריקע און געבליבן אין פֿראַנקרײַך במשך פֿון 20 יאָר, כאָטש זי האָט פּובליקירט אין פּױלן, אַמעריקע און מדינת־ישׂראל – װי אַ סך אַנדערע ייִדישע שרײַבער, װאָס האָבן געװױנט אין פּאַריז, נאָר זיך געדרוקט אַנדערשװוּ אין דער װעלט.

דער פּראָזאַיִקער, מענדל מאַן, איז אָנגעקומען פֿון מדינת־ישׂראל קײן פּאַריז אַלס אַ שליח פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטער־פּאַרטײ מפּאַ״י, כּדי צו רעדאַקטירן די צײַטונג „אונדזער װאָרט”, און געבליבן דאָרט שױן ביזן סוף פֿון זײַנע טעג. אַגבֿ, מאַן האָט אױך געהאַט אַ נײגונג צו מאָלערײַ – אַ סבֿרא, אַז דאָס האָט אים נאָך מער צוגעבונדן צו דער שטאָט פּאַריז. אַ דאַנק דער פֿאַרבינדונג מיט זײַן צװײט װײַב, װאָס האָט געאַרבעט בײַ אַ גרױסן פּאַריזער פֿאַרלאַג, איז מאַן אין גיכן געװאָרן דער סאַמע איבערגעזעצטער ייִדישער שרײַבער אױף פֿראַנצײזיש.

פֿאַרענדיקט האָט יצחק ניבאָרסקי די לעקציע מיטן אַרױסהײבן דרײַ הױפּט־געשטאַלטן פֿון פּאַריזער ליטעראַרישן לעבן אױף ייִדיש אין דער צװײטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט:

מנוחה ראַם (רבֿקה װאַלדמאַן, משה װאַלדמאַנס װײַב) איז געקומען קײן פּאַריז נאָך דער מלחמה, אימיגרירט פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, דורך פּױלן. זי האָט געשריבן דער עיקר װעגן די איבערלעבונגען פֿון ייִדישע פּליטים אין צענטראַלאַזיע בשעת דער מלחמה און אַנטװיקלט אַן אײגענעם כאַראַקטעריסטישן לשון אין איר פּראָזע.

לילי בערגער איז געװען אַן אײַנגעבאַקענע קאָמוניסטקע, האָט זיך באַטײליקט אין װידערשטאַנד און געהאָלפֿן ראַטעװען ייִדישע קינדער בשעתן חורבן, נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט קײן פּױלן, צוריקגעקומען קײן פּאַריז אין 1968. אַחוץ עסײען און זכרונות האָט זי אָנגעשריבן קורצע פּראָזע װעגן די געשעענישן, װאָס איז די פּױלישע ייִדן אױסגעקומען איבערצולעבן אין גאַנג פֿון 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַר קײנעם ניט געדאַכט.

ואחרון אחרון, מרדכי ליטװין (באָיאַרסקי). ניט געקוקט, װאָס ליטװין איז ניט געװען קײן בעלעטריסטישער שרײַבער, האָט ניבאָרסקי אים פֿאָרט אױפֿגענומען אין זײַן גאַלערײע פּאַריזער ייִדישע שרײַבער. ליטװין איז געװען אַ גרױסער איבערזעצער פֿון פֿראַנצײזישער ליטעראַטור אױף ייִדיש און אַ קריטיקער און עסעיִסט פֿון אַ הױכער מדרגה. לױט ניבאָרסקין איז ער טאַקע געװען די װיכטיקסטע פֿיגור פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין פֿראַנקרײַך נאָכן חורבן.

טאָמער איר װילט װײַטער נישטערן און גריבלען זיך אין די קורצע שרײַבער־פּאָרטרעטן אױפֿן זײַטל פֿונעם ייִדיש־צענטער, גיט זשע אַ קוק אָט אָ דאָ: https://passages.yiddish.paris/ecrivains-yiddish-en-france/

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.