Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער חודש תּשרי אינעם מוסולמענישן יאָר־ציקלThe Jewish month of Tishrei in the Muslim calendar

יום־כּיפּור און דער מוסולמענישער תּענית, אַשוראַ, האָבן עטלעכע פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַראַלעלן.

ס׳איז באַוווּסט, אַז אַ צאָל דאַטעס אינעם קריסטלעכן קאַלענדאַר שטאַמען גראָד פֿונעם ייִדישן לוח: „פּענטאַקאָסט‟, למשל, מיינט פּשוט שבֿועות; מער פּינקטלעך — „דער פֿופֿציקסטער טאָג‟ אויף גריכיש. ווייניקער באַקאַנט זענען די פֿאַרבינדונגען צווישן דעם ייִדישן און מוסולמענישן יאָר־ציקל; אַ דאַנק די הײַנטיקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו וואַרפֿן אויף זיי אַ נײַע שײַן.

אויפֿן ערשטן בליק, שיידט זיך דער מוסולמענישער לוח גאָר שטאַרק אונטער פֿונעם ייִדישן. אונדזער לוח איז באַצירט אויף לבֿנה־חדשים, נאָר איז אויך פֿאַרבונדן מיט די זונסעזאָנען. אַנדערע ברייט פֿאַרשפּרייטע בײַשפּילן פֿון אַזאַ געמישטער לבֿנה־זוניקער סיסטעם זענען דער טראַדיציאָנעלער כינעזישער, בודיסטישער און הינדויִסטישער קאַלענדאַר.

בײַ די אוראַלטע אַראַבער איז אַמאָל געווען אין גאַנג אַן ענלעכע קאַלענדאַר־סיסטעם. דער מוסולמענישער נבֿיא מוחמד האָט אָבער געהייסן נישט צו רעכענען מער קיין עיבור־יאָרן און האָט אין זײַן לעצטער דרשה אין מאַרץ 632, דרײַ חדשים פֿאַר זײַן טויט, בפֿירוש פֿאַרבאָטן דאָס צו טאָן.

אין דער זעלבער צײַט, הייבט זיך אָן דאָס מוסולמענישע יאָר אויך פֿון ראָש־השנה – „ראשׂ אלשׂנה”. איך טראַנסקריביר דאָ אַראַבישע ווערטער גענוי מיטן ייִדישן אַלף־בית, ווי עס פֿלעגן טאָן ייִדן אין דער איסלאַמישער וועלט במשך פֿון הונדערטער יאָרן, כּדי אונדזערע לייענער זאָלן בעסער באַמערקן קלאָרע ענלעכקייט צווישן לשון־קודש און אַראַביש.

„ראשׂ אלשׂנה‟ איז אָבער נישט קיין וויכטיקע חגא – סתּם דער ערשטער טאָג אינעם ערשטן חודש מוכאַראַם (‟מוחרם‟). דער נאָמען פֿונעם חודש, וואָס מיינט „פֿאַרבאָטן”, שטימט ממש מיט לשון־קודש און איז פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן וואָרט „חרם”.

אַן אַנדער פֿאַל איז גוט באַקאַנט: נאָך „ראשׂ אלשׂנה” קומט בײַ די מוסולמענער, בפֿרט בײַ די שיִיִטן, זייער אַ וויכטיקער תּענית: אַשוראַ – „דער צענטער טאָג‟. לויט דער איסלאַמישער טראַדיציע, האָט מוחמד דערזען, ווי ייִדן האָבן דעמאָלט אַ גאַנצן טאָג געפֿאַסט. בלי־שם־ספֿק, איז עס אַ מוסולמענישע אָפּשפּיגלונג פֿון יום־כּיפּור.

אַשוראַ איז אויך אַ טרויער־טאָג, ווײַל דעמאָלט איז דערמאָרדעט געוואָרן מוחמדס אייניקל כוסיין – אַ צענטראַלע מיסטיש־משיחישע פֿיגור אין שיִיִזם. מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס אַני הקטן האָב טיילווײַז אַליין געשאַפֿן, האָב איך אויסגערעכנט, אַז אינעם יאָר 68 אָדער 69, ווען דער בית־המיקדש איז לויט דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער כראָנאָלאָגיע חרובֿ געוואָרן, וואָלט אַשוראַ צונויפֿגעפֿאַלן מיט תּישעה־באָבֿ; די פּינקטלעכע דאַטע קאָן זיך וואַקלען אַ טאָג־צוויי פֿריִער אָדער נאָך דעם, ווײַל די מוסולמענער באַשטעטיקן זייערע ראָשי־חדשים אַ ביסל אַנדערש, ווי ייִדן.

ס׳רובֿ מוסולמענישע קוואַלן גיבן איבער, אַז מוחמדס אייניקל, כוסיין, איז אומגעקומען אין אָקטאָבער 680. דעמאָלט איז אַשוראַ געווען מיט אַ חודש נאָך יום־כּיפּור. אין דער זעלבער צײַט, גיט איבער די איסלאַמישע מסורה, אַז דאָס איז געשען פֿרײַטיק אָדער שבת. האָב איך זיך געלאָזט פֿאָרשן מיט דער הילף פֿון קאָמפּיוטער־חשבונות און אויסגעפֿונען, אַז לויט דער זעלטענער שיטה פֿונעם אַראַבישן היסטאָריקער הישאַם איבן אַל־קאַלבי איז כוסיין דערמאָרדעט געוואָרן אין 681. ס׳איז טאַקע געווען סוף־וואָך און יום־כּיפּור!

צי האָט דער רײַכער שיִיִטישער סיבמאָליזם, וואָס פֿאַרבינדט דעם אַשוראַ־טאָג מיטן ענין פֿון כּפּרה־קרבן און דעם גורל פֿון דער גאַנצער מענטשהייט, אַ היסטאָריש שײַכות צו אונדזערע ימים־נוראָים? דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, הגם די טעמע פֿאָדערט אַ ווײַטערדיקע פֿאָרשונג.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל: די מוסולמענער גלייבן, אַז אינעם לעצטן דריטל פֿונעם חודש ראַמאַדאַן איז פֿאַראַן אַ געוויסע נאַכט, „לילת אלקדר”, ווען דער אייבערשטער באַשטימט דעם גורל פֿון אַלע באַשעפֿענישן. ברייט פֿאַרשפּרייט איז דער מינהג צו בלײַבן דעמאָלט וואַך ביזן צווייטן טאָג. די פּינקטלעכע דאַטע איז אומקלאָר אָבער מע זאָגט, אַז עס מוז זײַן אַ ניט־גראָדיקער (odd) טאָג – למשל, דער 21סטער.

דער סימבאָליזם און די מינהגים פֿון יענער „גורלדיקער נאַכט‟ דערמאָנען אין הושענא־רבה – דעם 21סטן תּשרי. ראַמאַדאַן איז דער נײַנטער מוסולמענישער חודש, אָבער דער סאַמע וויכטיקסטער; אין געוויסע יאָרן פֿאַלט ער זיך טאַקע צונויף מיט תּשרי – למשל, אַזוי איז געשען אין 2007 און וועט ווידער זײַן אין 2038.

וואָס טוט זיך אינעם מוסולמענישן לוח מיט סוכּות? שווער צו זאָגן. באַזונדערס וויכטיק איז די חגא אין דער מיט פֿונעם 8טן איסלאַמישן חודש שאַאַבאַן (טראַנסקריפּציע: „שעבאן”). אַ צאָל פֿאָרשער באַטאָנען, אַז זי קאָן זײַן היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט פּסח.

ווי באַקאַנט, האַלטן מוסולמענער פֿאַר אַ מיצווה צו באַזוכן כאָטש איין מאָל אינעם לעבן זייער הייליקע שטאָט מעקע. מע טוט עס במשך פֿונעם לעצטן חודש, דעם צוועלפֿטן – דול־כידזשאַ („דו אלחגה”). זײַן נאָמען, ווי אויך דער עצם־ריטואַל פֿונעם מעקע־פּילגרימאַזש, „כאַדזש‟, שטאַמט פֿונעם זעלביקן סעמיטישן שורש, ווי חג און חגא. דאָ וועל איך פֿאָרלייגן אַן אייגענע השערה: עס קאָן זײַן, אַז אין די בראשית־טעג פֿון איסלאַם איז בכלל נישט געווען קיין גוטע סיבה צו גרינדן אַ יום־טובֿ אויפֿן סמך פֿונעם ייִדישן חג־הסוכּות, ווײַל עכטע, לאַנגע נסיעות מיטן שלאָפֿן אין געצעלטן האָבן שוין סײַ־ווי פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין דער מוסולמענישער רעליגיע. דערצו, זענען געצעלטן געווען אין דער אַראַבישער וועלט אַ געוויינטלעכער טייל פֿונעם לעבן במשך פֿון יאָרהונדערטער; אין מוחמדס תּקופֿה וואָלטן זיי, מסתּמא, נישט געווען קיין יום־טובֿדיקער חידוש.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version