ווידעאָ: בוריקעס, אויפֿן ייִדישן שטייגערWATCH: Preparing beets, Jewish style
שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ גרייטן צו צוויי געשמאַקע בוריקע-סאַלאַטן: איינער אַ זיסער און דער צווייטער — אַ ביסל אַ שאַרפֿער.
בוריקעס זענען בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע געווען אַ באַליבט גרינס, כאָטש מע האָט דעמאָלט אפֿשר נישט געוווּסט ווי געזונט זיי זענען.
אין יעדער פּאָרציע בוריקעס געפֿינט זיך אַ הויכער פּראָצענט פֿיברע, קאַליום (potassium, בלע״ז), אײַזן און וויטאַמין צע. עס העלפֿט פֿאַרגרינגערן דאָס פֿליסן פֿונעם בלוט; לאָזט אַראָפּ דעם בלוטדרוק, און דערמעגלעכט דעם גוף צו מאַכן מער פֿיזישע געניטונגען.
אין דעם ווידעאָ ווײַזן אײַך שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ ווי צו מאַכן צוויי מינים בוריק־סאַלאַט: איינער — אַ זיסלעכער און דער צווייטער — אַ ביסל שאַרפֿער.
קוקט און האָט הנאה!
דעם ווידעאָ האָט מען געמאַכט, צום טייל, אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO