נאָך 67 יאָר, באַקומט „דער שוואַרצער חזן‟, סוף־כּל־סוף, אַ מצבֿהAfter 67 years, The Black Cantor finally gets a gravestone
די מצבֿה־אויפֿדעקונג פֿונעם אַפֿראָאַמעריקאַנער חזן, טאָמאַס לאַ־רו דזשאָונס, וועט פֿאָרקומען אין לינדען, ניו־דזשערזי, און אַלע זענען פֿאַרבעטן.
דער מוזיקער און מוזיק־אַרכיוויסט הענעך סאַפּאָזשניק האָט לעצטנס געמאָלדן אַז ער האָט שוין געזאַמלט גענוג געלט אויפֿצושטעלן אַ מצבֿה פֿאַרן מערקווירידיקן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער חזן, טאָמאַס לאַ־רו דזשאָונס..
די אויפֿדעקונג, וואָס וועט פֿאָרקומען פּנים־אל־פּנים, דאַרף דורכגעפֿירט ווערן זונטיק, דעם 29סטן אויגוסט, 11:00 אין דער פֿרי, 67 יאָר נאָך דזשאָונסעס טויט, בײַם „ראָזהיל־בית־עולם‟ אין לינדען, ניו־דזשערזי.
סאַפּאָזשניק פֿאָרשט שוין יאָרן לאַנג די געשיכטע פֿון אַפֿראָאַמעריקאַנער חזנים, און דזשאָונס איז געווען צווישן די פּראָמינענטסטע פֿון זיי. זײַנע רעקאָרדירונגען ווײַזן אַרויס בפֿירושע רמזים וועגן דעם קולטורעלן סימביאָז צווישן די ייִדן און די אַפֿראָאַמעריקאַנער.
נישט געקוקט אויף סאַפּאָזשניקס באַמיִונגען אויסצוגעפֿינען די פּרטים פֿון דזשאָונסעס לעבן, ווייסט מען עד־היום ווייניק וועגן אים. ער איז דערצויגן געוואָרן אין ניואַרק, ניו־דזשערזי, וואָס האָט דעמאַלט געהאַט אַ גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג. הגם ס׳איז נישטאָ קיין ראיות אַז זײַן מאַמע איז געווען אַ געבוירענע ייִדישע טאָכטער אָדער צי זי האָט זיך אַ מאָל מגייר געווען, ווייסט מען יאָ אַז זי האָט זיך געחבֿרט מיט ייִדן און האָט טאָמאַסן געשיקט אין אַ תּלמוד־תּורה. טאַקע אַזוי האָט ער זיך אויסגעלערנט ייִדיש און לשון־קודש און ווי צו דאַווענען פֿון אַ סידור און מחזור.
ווי הײַנט, איז אַן אַפֿראָאַמעריקאַנער חזן דעמאָלט געווען אַ זעלטענע זאַך אָבער דזשאָונס איז נישט געווען דער איינציקער. מע ווייסט אויך פֿון אַ חזן וואָס איז געבוירן געוואָרן אין באַרביידאָס און זיך גערופֿן “מענדל”, און פֿון אַן עטיאָפּישן קאַליגראַף, דוד הכּהן. דזשאָונס איז אָבער געווען דער באַקאַנטסטער פֿון זיי. ער האָט אויך אָפֿט אויפֿגעטראָטן ווי אַ גאַסט־שטערן אין ייִדישן טעאַטער, בפֿרט אין די וואָדוויל־פֿאָרשטעלונגען. אויף ייִדיש האָט מען אים גערופֿן „דער שוואַרצער חזן‟, אין די טעג איידער דאָס וואָרט האָט, בפֿרט אויף ענגליש, אָנגענומען אַ ראַסיסטישן בײַ־טעם.
צווישן זײַנע באַקאַנטסטע רעקאָרדירונגען איז דאָס ליד, „ייִדעלע, פֿאַרליר ניט דײַן האָפֿענונג‟ און די תּפֿילה, „מתרצה ברחמים‟, וואָס ער האָט געזונגען מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה, באַגלייט פֿון אַן אָרקעסטער.
נאָך אַ יאָרן־לאַנגער האָרעוואַניע האָט סאַפּאָזשניק, סוף־כּל־סוף, געפֿונען דאָס אָרט וווּ מע האָט דזשאָונסן באַגראָבן אָבער קיין מצבֿה איז דאָרט נישט געווען. האָט סאַפּאָזשניק לאַנצירט אַ קאַמפּאַניע צו זאַמלען געלט אויף צו מאַכן אַ מצבֿה וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט $5,000 פֿון מער ווי 60 מענטשן. אויף דער מצבֿה וועט שטיין דזשאָונסעס ענגלישער נאָמען, אין איינעם מיט זײַן צונאָמען, „דער שוואַרצער חזן‟, און אַ שורה פֿונעם ליד, „ייִדעלע, פֿאַרליר ניט דײַן האָפֿענונג‟.
מער פּרטים וועגן דזשאָונסעס לעבן און רעקאָרדירונגען קען מען געפֿינען אויף סאַפּאָזשניקס בלאָג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO