Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די בני־קורח — געשילדערט ווי שרעטלעךThe descendants of Korakh depicted as gnomes

די חז״לישע און גערמאַנישע מעשׂיות זענען טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָלקלאָר.

נישט לאַנג צוריק, נאָך אַ דיסקוסיע וועגן דעם מחלוקת צווישן משה און קורח, בין איך על־פּי צופֿאַל געווויר געוואָרן, אַז אין אויסטראַליע איז פֿאַראַן אַ ניט־ייִדישע מוזיקאַלישע גרופּע, וואָס הייסט „בני־קורח‟ (Sons of Korah). איצט אַרבעט די גרופּע מוזיקער איבער אַ נײַעם אַלבאָם מיט אַ קריסטלעך־עוואַנגעלישן טעם – גאָר אַ נודנעם, לויט מײַן פּערזענלעכער מיינונג. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן קורחס קינדער אַ שײַכות דווקא צו אוראַלטע פּאַגאַנישע לעגענדעס.

וואָס עפּעס „בני־קורח‟? אין תּהילים פֿיגורירן זיי כּסדר – בסך־הכּל 11 מאָל – ווי מחברים פֿון געוויסע קאַפּיטלען. אינעם תּנ״כישן ספֿר דבֿרי־הימים ווערט איבערגעציילט אַ גאַנצע קייט קורחס קינדס־קינדער, אַרײַנגערעכנט דעם נבֿיא שמואל און זײַן טאַטן, אלקנה. דוד המלך האָט אײַנגעשטעלט שמואלס אייניקל, הימן בן יואל, צו זינגען בעת דער עבֿודת־הכּהנים. אַחוץ חזנות, איז ער געווען אַ שופֿט. אינעם מדרש־רבה ווערט אַפֿילו דערקלערט, אַז ער איז געווען דער זעלביקער מענטש, ווי יואל הנבֿיא, הגם אינעם בוכשטעבלעכן זין איז עס אוממעגלעך צוליב דעם גרויסן צײַט־אינטערוואַל צווישן די דאָזיקע צוויי יואלס. בפּשטות, גייט אין תּהילים אַ רייד פֿון קורחס ווײַטע אָפּשטאַמלינגען.

די חז”ל באַטאָנען אָבער, אַז יענע בני־קורח זענען טאַקע קורחס זין; די תּורה זאָגט דאָך, אַז זיי זענען נישט געשטאָרבן. לויט דער גמרא, ווען די ערד האָט צעעפֿנט איר מויל און אײַנגעשלונגען קורחן מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער, האָבן זײַנע זין תּשובֿה געטאָן בעתן פֿאַלן; עס האָט זיך אינעם גיהנום באַוויזן אַן אָרט, וווּ זיי קאָנען שטיין און בלײַבן לעבן. רש״י און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים מיינען, אַז ממש דאָרטן, אין דער ערד־טיפֿעניש, האָבן זיי געזונגען זייערע ניגונים, וואָס דוד המלך האָט שפּעטער אײַנגעשלאָסן אין זײַן ספֿר־תּהילים.

לויט אונדזער טראַדיציע איז קורח געווען אויסערגעוויינטלעך רײַך. בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן איז באַקאַנט אַ לעגענדע וועגן אַ גאַנץ אונטערערדיש לאַנד מיטן נאָמען קרחה, וווּ עס וווינען קורחס אָפּשטאַמלינגען; אַ קאַרגער מענטש קאָן אַהין אַרײַנפֿאַלן צוליב זײַן תּאוות־ממון. גאָר אַן אינטערעסאַנטן וואַריאַנט פֿון דער דאָזיקער לעגענדע ברענגט אַבֿרהם רעכטמאַן, אַן אָנטיילנעמער פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציע, אין זײַן בוך, „ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר‟.

בײַם באַרימטן רבֿ און גמרא־קאָמענטאַטאָר מהרש״אָ (שמואל אליעזר הלוי איידלס) איז געווען אַ געראָטענער תּלמיד, רב אָשר, וועלכער איז אַמאָל געקומען צו אַ גבֿירישער חתונה און צוליב קינאה זיך געגעבן אַן עצה איבערצוכאַפּן דעם גבֿירס טאָכטער. האָט ער זי פֿאַרשעמט אויף אַ שווינדלערישן אופֿן און די חתונה איז בטל געוואָרן צוזאַמען מיט זײַן פּלאַן: די כּלה איז געבליבן אַליין. האָט ער חרטה געהאַט, זיך געלאָזט איבער דער וועלט צו פּראַווען גלות, זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין אַ וואַלד און אַראָפּגעפֿאַלן בײַנאַכט פֿון אַ באַרג. אונטערן באַרג האָט זיך געעפֿנט אַ טירל און ער איז אַרײַן אינעם לאַנד קרחה. די בני־קורח האָב אים דאָרט מקבל געווען בסבֿר־פּנים־יפֿות און אים חתונה געמאַכט מיט אַ דאָרטיקער פֿרוי.

די מעשׂה האָט אַ גליקלעכן סוף: רב אָשרן האָט זיך אײַנגעגעבן, צוליב זײַן טיפֿער תּשובֿה, זיך צו ראַטעווען פֿון דער אונטערערדישער וועלט און חתונה צו האָבן מיט יענער טאָכטער פֿונעם גבֿיר. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די בני־קורח ווערן געשילדערט ווי האַלב־דעמאָנישע באַשעפֿענישן: זיי קענען אַרויספֿליִען פֿון זייער וועלט און זיך באַווײַזן וווּ מע וויל. דעם מהרש״אָס בית־דין האָט קיין רחמנות נישט געהאַט אויף רב אָשרס ערשטער פֿרוי און האָט זי תּיכף־ומיד אָפּגעגט.

אין אַ ריי קבלה־ספֿרים ווערט דערציילט וועגן אַן אונטערערדישער וועלט, באַוווינט פֿון אויסטערלישע נידערוווּקסיקע האַלב־מענטשלעכע תּושבֿים, וואָס זענען זייער רײַך. אַ מענטש קאָן צומאָל אַהין אַרײַנקריכן, האָפֿנדיק צו געפֿינען זייערע אוצרות אַדלשטיינער, און בלײַבן דאָרטן שטעקן. רבי נפֿתּלי בכרך, אַ פֿראַנקפֿורטער מקובל פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, דערקלערט אין זײַן ספֿר, „עמק המלך‟, אַז זיי זענען „געצווערג‟ – גנאָמען. באַקומט זיך, אַז די בני־קורח וווינען אין דער גנאָמען־וועלט און האָבן אַליין, ווײַזט אויס, אַ שײַכות צו יענער חבֿרה.

אָט אַזאַ מעשׂה וואָלט טאַקע געקאָנט באַגײַסטערן אַ מוזיקאַלישע גרופּע – מסתּמא, בנוסח דעם סקאַנדינאַווישן צי דײַטשישן פּאַגאַנישן „מעטאַל”! פּערסאָנאַזשן פֿון דער גערמאַנישער מיטאָלאָגיע פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין אַזאַ מוזיק־סטיל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version