רבֿקה רײַך, לאַנגיאָריקע ייִדיש־לערערין אין ישׂראל, איז אַוועקRivka Reich, longtime Yiddish instructor in Israel, has died
רײַך האָט געלערנט דורות תּלמידים — סײַ קינדער אין נאָך־מיטאָג־שולן, סײַ צוקונפֿטדיקע פּראָפֿעסאָרן אין בר־אילן אוניווערסיטעט.
רבֿקה רײַך, אַ לאַנגיאָריקע ייִדיש־לערערין וואָס האָט געלערנט קלאַסן אין בר־אילן־אוניווערסיטעט און אינעם תּל־אָבֿיבֿער „שלום־עליכם הויז“, איז דעם 27סטן יולי אַוועק אין דער אייביקייט צו 91 יאָר.
רײַך איז געבוירן געוואָרן אין מעקסיקע אין 1930, וווּ זי האָט זיך געלערנט אין די אָרטיקע ייִדישע שולן און איז געווען אַקטיוו אין דער ציוניסטישער באַוועגונג, „השומר הצעיר“.
נאָכן באַזעצן זיך אין ישׂראל אין 1954 האָט זי געלערנט קינדער ייִדיש אין דער נאָך־מיטאָג־שול פֿאַרבונדן מיטן תּל־אָבֿיבֿער „אַרבעטער־רינג“ און שפּעטער אין ישׂראלדיקע מיטלשולן. זי האָט מחבר געווען אַ לערנבוך פֿאַר אָנהייבער, „לאָמיר לערנען ייִדיש“. אין 2019 האָט מען זי באַלוינט מיטן ערנפּריז פֿון דער ייִדישער אינסטאַנץ אין ישׂראל. כאָטש זי האָט מיט יאָרן צוריק זיך פּענסיאָנירט פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, איז זי געבליבן אַקטיוו ווי אַ ייִדיש־לערערין. ביז צוויי וואָכן צוריק האָט זי ווײַטער געלערנט סטודענטן.
איר געוועזענע סטודענטקע, די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין ורד קופּל, האָט זיך דערמאָנט, אַז רײַך איז געווען איר ערשטע לערערין אין בר־אילן. וועגן איר האָט זי געשריבן: „ווען אַ מענטש שטאַרבט, לעשט זיך אויס אַ שטערן אין הימל אָבער ווען עס גייט אַוועק אַ טײַערע נשמה, שײַנט אין הימל אויף אַ ליכטיקער שטערן“.
רײַך האָט פֿאַראָבֿלט צוויי טעכטער און פֿינעף אייניקלעך. כּבֿוד איר אָנדענק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO