Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אַ ייִדיש ראַפּליד וואָס פֿאַרבינדט חסידישע פֿאָלקס־מעשׂיות מיט דער הײַנטיקער פּאָפּ־קולטורWATCH: A Yiddish rap song that combines Hasidic folk tales with today’s pop culture

שאולי גראָסמאַנס Ride with Me דערמאָנט סײַ קרעטשמעס, סײַ די טעכנאָלאָגישע „אַסיסטענטקע‟, אַלעקסאַ.

שאולי גראָסמאַן, דער געוועזענער חסידישער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר וואָס האָט געשאַפֿן אַ סך פֿון די גרעסטע שלאַגערס פֿון דער הײַנטיקער פֿרומער מוזיק אויף ייִדיש, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ראַפּליד אויף מאַמע־לשון.

להיפּוך צו ס׳רובֿ ייִדישע ראַפּלידער, דערמאָנט עס ניט דעם באַשעפֿער אָדער די נסים פֿון אַ רבין, נאָר די ווערטער פֿאַררופֿן זיך פֿאָרט אויף פּאָפּולערע געשטאַלטן פֿון חסידישע פֿאָלקס־מעשׂיות ווי קרעטשמעס, רויבער און אַרענדאַרן. Ride with me בינדט צונויף יענע אימאַזשן מיט מער מאָדערנע יונגעלײַט וואָס ווילן סתּם זיך אַרײַנזעצן אין אַן אויטאָ, רייכערן אַ ליולקע און פֿאָרן „אָן קיין חשבון און אָן קיין ציל‟, מיטן קאָמפּיוטער־אַפּאַראַט „אַלעקסיי‟ ווי דער בעל־עגלה.

דער רעפֿרען פֿונעם ליד דערמאָנט שטאַרק אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס „זאָל זײַן‟, אַ ליד וואָס גראָסמאַן האָט מיר אַמאָל געזאָגט איז אים שטאַרק צום האַרצן. זעט אויס אַז דאָס בויען שלעסער אין דער לופֿט און זיצן פֿאַרטראַכט אַפּעלירט תּמיד צו דער יונגט — צי דאָס איז אַ מיידל וואָס זינגט בײַ אַ טײַך אין אַ זומער־קאָלאָניע אין פּוילן אין די 1930ער יאָרן, צי אַ בחור וואָס קוקט הײַנט אויף „נעטפֿליקס‟ און „פֿליט אַוועק ווי בלעטעלעך אינעם ווינט‟.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version