סטיפּענדיעס אויף דער ייִדיש־וואָך איצט בנימצא פֿאַר יונג און אַלטYiddish Week scholarships now available for people of all ages
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען געגעבן געלט בלויז פֿאַר יונגע לײַט און משפּחות מיט קינדער.
די ייִדיש־וואָך, וואָס איז פֿאַראַיאָרן פֿאָרגעקומען בלויז אָנלײַן, וועט זיך הײַיאָר ווידער טרעפֿן פּנים־אַל־פּנים אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, פֿונעם 11טן ביזן 17טן אויגוסט. די עקזעקוטיווע פֿון „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש“, וואָס אָרגאַניזירט די פּראָגראַם, האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז אַ דאַנק דעם וואָס די צאָל רעגיסטרירטע איז גרעסער ווי מע האָט פֿאָרויסגעזען, האָט מען באַשלאָסן צו דינגען נאָך צימערן און געבן סטיפּענדיעס, אַז מער מענטשן זאָלן זיך קענען באַטייליקן.
צוליב דעם וואָס מע קען די טעג ניט אַזוי גרינג אָנקומען פֿון אויסלאַנד, האָט מען הײַיאָר געביטן די סטיפּענדיע־כּללים. אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען געגעבן פֿינאַנציעלע שטיצע בלויז פֿאַר יונגע־לײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע, משפּחות מיט קינדער און אַמעריקאַנער סטודענטן. הײַיאָר קענען אַלע וואָס קענען ניט אויספֿירן צו קומען אויף דער ייִדיש־וואָך אַפּליקירן אויף אַ סטיפּענדיע.
כּדי אָנצוגעבן אויף אַ סטיפּענדיע, שטעלט אויס אָט דעם בויגן ביזן 31סטן יולי.
מע קען, דרך־אגבֿ, זען אַ פּאָר פֿון די סעסיעס פֿונעם פֿאַראַיאָריקן אָנלײַן־נוסח פֿון דער ייִדיש־וואָך אויף יוגנטרופֿס יוטוב־קאַנאַל, אָט דאָ.
די ייִדיש־וואָך, וואָס מע אָרגאַניזירט שוין 46 יאָר, איז דער גרעסטער רעגולערער צוזאַמענטרעף פֿון ייִדיש־רעדערס מחוץ דער חסידישער וועלט. אַרטיקלען און ווידעאָס פֿונעם פֿאָרווערטס וועגן פֿריִערדיקע ייִדיש־וואָכן, קען מען זען דאָ, דאָ און דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO