Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: ריטשל און ריווטשו מעסטן אָן אַלטע קליידערWATCH: Ritchel and Rivtchu try on old clothes

די קאָמיקערינס ריקי רויז און חנה גימל ווײַזן אַז אַפֿילו פֿון אַ שאַל איז דאָ וואָס צו לאַכן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט מען אינעם פֿאָרווערטס באַשריבן די פּלענער פֿון דער שרײַבערין, קאָמיקערין און אַקטריסע, ריקי רויז, פֿאָרצושטעלן אַ „סיטקאָם‟ אויפֿן סמך פֿון איר העלדין, ריטשל. ריטשל, און איר חבֿרטע ריווטשו (געשפּילט דורך חנה גימל) שפּילן צוויי אונגערישע חסידישע באָבעס אין וויליאַמסבורג, וואָס האָבן ליב צו טרײַבן קאַטאָוועס. די העלדינס האָבן זיך צו ערשט באַוויזן אין אַ ווידעאָ פּראָדוצירט דורכן פֿאָרווערטס, וואָס מע קען זען דאָ און פֿאַראַיאָרן אין אַ ווידעאָ געשאַפֿן דורכן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟.

לעצטנס האָט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ אַרויסגעלאָזט אַ קורצן ווידעאָ, אין וועלכן די קאָמיקערינס מעסטן אָן אַלטע קליידער און געפֿינען שוין פֿון וואָס צו לאַכן.

די קאָמעדיע איז אַ שווערער זשאַנער סײַ צו שאַפֿן, סײַ צו אַנאַליזירן — איז מיר שווער צו דערקלערן פֿאַר וואָס די דאָזיקע פּשוטע סקיצע איז אַזוי געלונגען. אוודאי איז עס צום טייל ווײַל עס דערמאָנט די עכטע אונגערישע פֿרויען פֿונעם עלטערן דור, אַ פֿאָלקסטיפּ בײַ די ברוקלינער חסידים. עס שאַט אויך ניט וואָס ריקי רויז האָט אַ גרויסן טאַלאַנט צו אַזאַ מין שפּילן, עפּעס וואָס מע קען זיך באמת ניט לערנען, נאָר עפּעס וואָס מע מוז געבוירן ווערן דערמיט.

די וואָס פֿאַראינטערסירן זיך אינעם חסידישן ייִדיש וועלן באַמערקן אינעם ווידעאָ עטלעכע ווערטער און פֿראַזעס וואָס מע הערט אַמאָל אין וויליאַמסבורג. דאָס וואָרט „טשיאָניש‟, למשל, מיינט בײַ די וויליאַמסבורגער „דאַר‟ אָדער „אַז אַ מלבוש שטייט עמעצן גוט‟. עס „שטייט אים/איר גוט‟ אין אונגעריש ייִדיש, ווי מע הערט אינעם ווידעאָ, איז טײַטש אַז אַ מלבוש פּאַסט עמעצן גוט צו.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version