Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדישע פּאָעטעסע פֿון וועמען איר האָט מסתּמא נישט געהערטA Yiddish poet you probably never heard of

אַזוי ווי אַנדערע שרײַבערינס מיט באַרימטע מענער קרובֿים, איז סילוויאַ גובערמאַן פֿאַרשאָטנט געוואָרן פֿון איר מאַן, דעם שרײַבער וואָלף יונין.

מיר האָבן שוין עטלעכע מאָל געשריבן אין די שפּאַלטן פֿון פֿאָרווערטס וועגן דעם ייִדישן שרײַבער און פֿאָלקלאָריסט, וואָלף יונין, און זײַן מערקווירדיקן לעבן.

ווייניק מענטשן ווייסן אָבער אַז וואָלף יונינס פֿרוי, סילוויאַ גובערמאַן איז אַליין געווען אַ ייִדישע שרײַבערין און פּאָעטעסע וועמעס ווערק זענען געדרוקט געוואָרן אין „ייִדישע קולטור‟, „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟, „די צוקונפֿט‟ און „די גאָלדענע קייט‟.

אַזוי ווי שלום־עליכמס טאָכטער, ליאַליאַ קאַופֿמאַן, און יצחק באַשעוויסעס שוועסטער, אסתּר קרויטמאַן — ביידע טאַלאַנטירטע שרײַבערינס וואָס זענען פֿאַרשאָטנט געוואָרן פֿון זייערע באַרימטע קרובֿים און נאָך זייער פּטירה אין גיכן פֿאַרגעסן געוואָרן — האָט סילוויאַ גובערמאַן (געבוירן אין ניו־יאָרק אין 1914, געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 2011) אויך געלעבט אינעם שאָטן פֿון איר מאַן.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אויסגעפֿאַלן סילוויע גובערמאַנס יאָרצײַט, איז דאָס אַ גוטע געלעגנהייט צו באַקענען די לייענער מיט אַ פּאָר פֿון אירע לידער און מיט דער פּאָעטעסע אַליין.

אָט איז אַ פּרעכטיק ליד וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג, „טאָג־מאָרגן זשורנאַל‟, דעם 31סטן מאַרץ 1968. דאָס ליד, „ייִדיש־קודש‟, האָט מרים־חיה סגל, ביבליאָטעקערין פֿון דער „דורות ביבליאָטעק‟, דאָרט געפֿונען:

ייִדיש־קודש

אין די וועלבונגען פֿון אַלע דײַנע אותיות
ליגט דער אוי,
ייִדיש־קודש
ביסט גרוייִק מיט טויזנט־יאָריקן געשטויב
און טוייִק מיטן ערשטן טוי.
ס׳ווייעט פֿון דיר מיט קלויז און אַש און רויך.
עס זינגט דער אוי פֿון אַלע דײַנע דוינעס.
ביסט רוי מיטן אוי פֿון געבוירן
און צאַרט ווי מאַנגערס בלויע טרויערן.

שמעקסט מיט הייוון און מיט שבת־אויבס,
דו ביסט דאָס פֿריש־געבאַקן ברויט,
וואָס ווערט נאָך ברויטיקער צום גומען.
ווי פֿויגלען צעטראָגן מיר דײַן ברויטיקן ייִדיש־טעם
פֿון מויל צו מויל
ייִדיש־קודש —
פֿון מויל צו מויל
און מיר גרויסן זיך
וואָס דײַנע אותיות טראָגן קרוינען.

ווי איר האָט אפֿשר אַליין באַמערקט פֿון די ווערטער וואָס זי ניצט, איז דאָס ליד פֿול מיטן קלאַנג „וי‟ — אָפּקלאַנגען פֿונעם הויפּטמאָטיוו — דער טרויעריקער זיפֿץ, „אוי‟.

גובערמאַן האָט אויך געשריבן לידער פֿון אַ מער פּערזענלעכער נאַטור. אין 1997 האָט דער זשורנאַל, „ייִדישע קולטור‟ אָפּגעדרוקט אַ ציקל לידער אירע, וואָס מיר גיבן דאָ איבער צוויי פֿון זיי. די לידער האָב איך באַקומען דורכן ייִוואָ־אַרכיוויסט, לעאָ גרינבוים, וואָס האָט געדענקט אַז גובערמאַנס לידער האָבן זיך געפֿונען אין די לעצטע נומערן פֿון דעם זשורנאַל.

אין מײַן מאַמעס שפּיגל

אין מײַן מאַמעס שפּיגל
בין איך פֿאַרבליבן.
איך קוק אַרויס מיט אויגן יונג ווי גראָז
און זע ניט:
קעגן שפּיגל טראָגט מײַן אָפּשײַן גרויע האָר.

אין מײַן מאַמעס שטוב
בין איך פֿאַרבליבן.
קלייניקע געלעכטערס שטומען ווי אַ ניגון
אָפּגעזונגען
און ווערן־ניט:
איך זוך און קען זיי ניט געפֿינען.

אין מײַן מאַמעס שופֿלאָדן
בין איך פֿאַרבליבן.
קליינינקע חלומות געלן אינעם נאַפֿטאַלין ווי אַלטע וועש
און ווייסן ניט:
כ׳האָב זיי אָנגעוווירן.

אין מײַן מאַמעס אַפּלען
בין איך פֿאַרבליבן.
זי קוקט אַרויס מיט אויגן אַלט ווי גראָז
און זעט ניט:
דאָס מיידל מיט די יונגע אויגן
איז מײַן קינד.


אין דאָרשט

נעם מיך אַרײַן
אין דײַנע שוואַרצאַפּלען,
כ׳בין אָן געוויין:
מײַנע ביינער טריקענען
און איך בין אין דאָרשט
נאָכן מילדן וואַסערל
פֿון דײַנע אויגן.
לאָז מיך אַרויף
אויף דײַנע אַפּלען.
כ׳בין מיד פֿון זײַן אין פֿלאַכע שפּיגלען.
לאָז מיך זיך זען
קליין
אין צווייען
און געבויגן אויף דער רונדקייט
פֿון דײַנע אויגן.
נעם מיך אַרײַן
הינטער דײַנע אַפּלען.
כ׳בין אָן אַ היים,
אין דער רויטער פֿינצטער
פֿון דײַנע צוגעמאַכטע דעקלעך
וויל איך תּמיד וווינען,
לאָז מיך בלײַבן.

סילוויאַ (ציפּע־רייזל) גובערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1914, אַן איינציק קינד בײַ אימיגראַנטן, רבֿקה טיטיעווסקי און יצחק גובערמאַן. מע האָט זי געשיקט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול און מיטלשול, איר געגעבן פֿידל־לעקציעס און זי האָט זיך טאַקע אויסגעצייכנט בײַ דעם, ווי אויך בײַם מאָלן און סקולפּטירן.

סילוויאַס טאָכטער, דינה מאַן, האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז איר מאַמע האָט קינדווײַז פֿאַרבראַכט די זומערן אינעם זומער־לאַגער, „קינדערלאַנד‟, וווּ זי האָט זיך באַקענט מיטן ייִדישן שרײַבער איטשע גאָלדבערג, וואָס איז געוואָרן איר מורה־דרך. ער האָט זי געמוטיקט ווײַטער צו שרײַבן און האָט פּובליקירט אירע ווערק אינעם ערשטן גילגול פֿונעם יוגנט־זשורנאַל, „יוגנטרוף‟, וואָס שיקל פֿישמאַן און אוריאל ווײַנרײַך האָבן געהאַט פֿאַרלייגט אין 1945.

גובערמאַן האָט שטודירט ענגלישע ליטעראַטור אין ברוקלין־קאָלעדזש. נאָכן גראַדויִרן האָט זי באַקומען אַ מאַגיסטער פֿון „טיטשערס קאָלעדזש‟ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט.

כּדי צו פֿאַרדינען האָט זי בשעתן שטודירן געאַרבעט אין אַ קליידער־געשעפֿט, און אין 1937 האָט מען אין „מאָרגן־פֿרײַהייט‟ אָפּגעדרוקט איר דערציילונג, „אַ דרעס־שאָפּ אין אַ שטעטל‟, וועגן ייִדן פֿונעם מיטעלן קלאַס בעת דער גרויסער דעפּרעסיע אין אַמעריקע. זי האָט אויך געאַרבעט ווי אַ ייִדיש־לערערין און שפּעטער ווי אַן ענגליש־לערערין פֿאַר דערוואַקסענע.

במשך פֿון די יאָרן זענען גובערמאַנס דערציילונגען און לידער דערשינען אין אַ צאָל ייִדישע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט „מאָרגן פֿרײַהייט‟, „ייִדישע קולטור‟, די צוקונפֿט‟, „דער טאָג‟, „די גאָלדענע קייט‟ (תּל־אָבֿיבֿ), „אונדזער וואָרט‟ (פּאַריז) און ליטעראַרישע זשורנאַלן אין אַרגענטינע און אַנדערע לענדער. זי איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 2011.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.