דער פּאַראַדאָקס פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟The paradox of the Yiddish magazine, “Sovetish Heymland”
פֿון איין זײַט האָט ער געשמעקט מיט קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע; פֿון דער צווייטער, האָט ער געהאַט אַ הויכע ליטעראַרישע ווערט.
דאָס סאָוועטישע ייִדיש ווערט נישט זעלטן באַטראַכט אין דער וועלט ווי אַ יוצא־דופֿן, אַ מאָדנער פֿענאָמען פֿון אַ קליינער ווערט. צי איז יושרדיק אַזוי צו טראַכטן?
אין אויגוסט 1961 איז אין מאָסקווע אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 13טן יולי, איז לכּבֿוד דעם 60־יאָריקן יוביליי פֿונעם דאָזיקן געשעעניש, פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע ווידעאָ־קאָנפֿערענץ, וווּ עס האָבן זיך באַטייליקט בערך פֿופֿצן שרײַבער און טוער, וועלכע האָבן אַ דירעקט אָדער אומדירעקט שײַכות צו „סאָוועטיש היימלאַנד”. דעם „רונדן טיש‟ האָט אָרגאַניזירט דער מאָסקווער פֿאָרש־צענטער „ספֿר‟ בשותּפֿות מיטן רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס און דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.
די אונטערנעמונג איז געווען פֿאַרכאַפּנדיק און אינפֿאָרמאַטיוו. די מאָסקווער ייִדיש־טוערין מאַשאַ מאַקאַראָוואַ, וועלכע האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז צוזאַמען מיט אירע קאָלעגן טראַכט זי צו שאַפֿן אַ זאַמלבוך אויפֿן סמך פֿון די שמועסן, וואָס האָבן געדויערט דרײַ און אַ האַלב שעה אָן אַ הפֿסקה, מיט גרויס ענטוזיאַזם. מאַקאַראָוואַ האָט צוגעגעבן, אַז די אונטערנעמונג, וואָס מע קען זען אויף יוטוב, איז אַליין אַ לעבעדיק שטיקל געשיכטע פֿונעם זשורנאַל.
ווי געזאָגט, איז נישט יעדער אין דער ייִדיש־וועלט צופֿרידן מיט דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור בכלל און „סאָוועטיש היימלאַנד‟ בפֿרט. אײַ, האָט די אויסגאַבע געשמעקט מיט דער קאָמוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע? די דאָזיקע קשיא האָט מען עטלעכע מאָל געפֿרעגט בעת דער קאָנפֿערענץ; די אָנטיילנעמער האָבן איינשטימיק באַטאָנט, אַז דאָס איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט דער הויכער ליטעראַרישער און קולטורעלער ווערט פֿונעם זשורנאַל.
מע קאָן צוגעבן, אַז יעדע אויסגאַבע רעפּרעזענטירט, סוף־כּל־סוף, אַ געוויסע אידעאָלאָגיע – אַנדערש וואָלט זי געווען אַ מישמאַש. אַנטי־ציוניזם? אַחוץ די אָפֿיציעלע לייט־אַרטיקלען, איז „סאָוועטיש היימלאַנד‟ געווען, בדרך־כּלל, אומפּאָליטיש. להיפּוך, זענען אַ גוטער טוץ הײַנטיקע חרדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש בפֿירוש יאָ אַנטי־ציוניסטיש; נו, פֿאַר קיינעם איז עס נישט קיין חידוש.
אַזעלכע אייבערפֿלעכלעכע טענות פֿאַרבלענדן דעם גרויסן אויפֿטו פֿונעם זשורנאַל, צוליב וועלכן ס׳זענען אויפֿגעקומען צוויי דורות ייִדישע שרײַבער. וואָס פֿאַר אַ פּנים וואָלט די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור געהאַט אָן באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבוים, וועלוול טשערנין, לעוו בערינסקי, שוין אָפּגערעדט – להבֿדיל בין חיים לחיים – פֿון צענדליקער קלאַסישע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער, וואָס זענען שוין אויף יענער וועלט? מאַקאַראָוואַ האָט באַמערקט, אַז אָן די געוועזענע מחברים און לייענער פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ וואָלט אויך געווען שווער זיך פֿאָרצושטעלן דאָס אַקאַדעמישע לעבן אַרום ייִדיש.
נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, פֿינצטערע מעשׂים פֿון סטאַלינס רעזשים, צענזור־באַגרענעצונגען, וכּדומה, איז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען אַן אוניקאַל לאַנד, וווּ שרײַבער און פּאָעטן פֿלעגן באַקומען נישקשהדיקע געהאַלטן פֿון דער מלוכה – פּונקט אַזוי, ווי אינזשענירן צי דאָקטוירים. אַדרבה, עס האָט זיך דאָרטן פֿאָרמירט אַ גאַנצער קולט אַרום דער שרײַבערישער פּראָפֿעסיע. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז דער שרײַבער מוז זײַן אַחריותדיק, פּראָפֿעסיאָנעל און פּראָדוקטיוו. עס קאָן זײַן, אַז צוליב אַזאַ ערנסטער און אָפֿיציעלער באַציִונג האָט זיך אַרום „סאָוועטיש היימלאַנד‟ געשאַפֿן אַ באַזונדערס געראָטענער צעך מחברים, וואָס דרייען ווײַטער די רעדלעך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אַרום דער וועלט.
מאַקאַראָוואַ האָט באַמערקט, אַז בעת דער קאָנפֿערענץ האָט מען באַהאַנדלט גאָר אַ וויכטיקע טעמע: די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין רוסלאַנד. הײַנט ווערט זי רעפּרעזענטירט דורכן זשורנאַל, „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿון דער צײַטונג, האָט אין איר אויפֿטריט באַטאָנט, אַז אין איר טעטיקייט שפּילט די ירושה פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ אַ באַזונדערס גרויסע ראָלע.
מײַן פּערזענלעכע נסיעה אין דער וועלט פֿונעם ליטעראַרישן ייִדיש האָט זיך אויך אָנגעהויבן פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל. ווען איך האָב זיך געלערנט אין מיטלשול, האָט מײַנע אַ קלאַס־חבֿרטע מיר געגעבן במתּנה אַ גאַנץ פּעקל אַלטע נומערן „סאָוועטיש היימלאַנד‟. צו מײַן הנאה, האָב איך דערזען, אַז אויף ייִדיש שרײַבט מען נישט בלויז וועגן פֿרומע זאַכן און פֿאַרצײַטיקע שטעטלעך, נאָר אויך וועגן וויסנשאַפֿט, קאָסמאָס, לאַנדווירטשאַפֿט און אַנדערע אַלגעמיינע טעמעס. ס׳איז וויכטיק ווײַטער צו באַהאַנדלען די סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטור פֿון אַ פּאָזיטיוון קוקווינקל, נישט ווי עפּעס אַ מאַרגינאַל טשיקאַוועס. די אַנומלטיקע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד „סאָוועטיש היימלאַנד‟ איז אַ גוטער מוסטער פֿון אַזאַ צוגאַנג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO